6} זט 08118016 ש1101סטק 06המ 105 161121החז פום 1
116114896 210166049 ?0000821100
אל .1 אי יע 0 )
צ' 20 = 5 :
נזסס. 10604100190-014016ם1 1ז0ס.1116טס-גופ001נץ//:פקןזזח
00002008 0(6049ז? 116116896 06 1 0
זסן ץ501611 סחזוחס 1066טסזט פ1 01611601חז 1015 זס 010ז 0006 101ס'זסחזווזסס זסי1 ץוחס 56ט 01ח50זסק סחוששס11סן 406 01 פו 0001006 10096ט ,ספוו זסח}ס עחם
:605 011װזס
נזסס. 14016ס-10604100190םו
00002600? 21016043 116114296 סח 1' 0
פיט 07
4; 7 /
רור) בום) = אטאגגאמענטן
מאקס ריאנט. מײַן הארץ פאר פרײַנט איז אָפן (וה יי אל ר " ר יה 4 4 26 .טס אי איה הערשל פּאָליאנקער. דער גוירל פון א קינסטלער (ראָמאן. סאָף) + + + + + + + + + + + 6 6 6 6 ארן װערגעליס. פונעם ציקל ,רינג נאָך רינג" . 46 0 יאָר יידישע אװטאָנאָמע געגנט. טעװיע געױ ביראָבידזשאנער דערציילונגען . . . . . . . . 51 נײַע איבערזעצונגען. אנאטאָלי באָרטניאקי ליליע (פראגמענט פון דער פּאָעמע אאָפּשײַן". ייִדיש--דאָרע כײַקינע: גלעב גאָרישיףױ דער ערשטער רעדאקטאָר (דערציילונג). יידיש-- 8 פעגם * צו .וט ע 4 648 א א" 678 א 6 02 פון אונדזער קלאסיק. יאנקעװ דינעזאָן. אאָסעלע. (פראגמענט פון דער דערציילונג) + + . +. . . . 74 פון דער שעפערישער יערושע. מאָטל גרוביאן װאָלקנס און אנדערע לידער + + . . . . . . . 91 געפונענע מאנוסקריפּטן. מירע כענקין אין פּעטליורעס קרױינשטאָט (ראָמאן. סאָף) . . . . 94 אונדזערע מיטיילונגען. ארן יערוסאלימסקי די אינטערנאציאָנאליסטישע טראדיציעס בא די ייִדישע ארבעטנדיקע מאסן . . + + + * + .6 6 6 2 11
ליטעראטור-קריטיק. ביבליאָגראפיע. פראגן פון קונסט.
אף דער פלענארער זיצונג פון דער רעדקאָלעגיע פון ,סאָװועטיש הימלאנד". נאָטע לוריע. שלײַפן יעדע שורע, יעדעס װאָרט;: כ איִם בײדערי. די דיכטונג פון די סטודענט? כאיִם מעלאמוד. א פּאָר װערטער װעגן די עסייען . + . . . . . 12 פון דער ליטעראטוריגעשיכטע. ליב װילסקער. יעהודע האלייוויס 198 לידער פון אן אומבאװוּסטער רעדאקציצ . . + + + + + + + *-+ 6 .6 6 , 125
מאָטל פּאָליאנס קי. דער שרײַבער מאָרדכע הויפּטירעדאקטאַר גאָלדענבערג און זײַן: גוירל יי יל טיא א 156 צו אונדזער קינסטלערישער בײַלאגע. מיט לײַב און לעבן א ווערגעליס
6 א יי ייר א אי יע זינאָװי סטאָליאר. לידער פון פארברידערטקײַט : ווישב ריפעלכעך 3 .. + שיש ="ג אב טוי, א יי 106 רעדקאַלעגיע: בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען . + . . . . . 165 דאָס איז טשיקאװע. ד. שאװער. פּערזענלעך כ. ביידער (שטעלפארטרעטער פון אש +ט: .6 + + 66 . .160 מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער יידישער סאָוועטישער ליטעראטור + + + + . + 6 2 6 2 168 ש. גאָרדאָן, ט. גען,
פאר די, װאָס לערנען יידיש + + + + . . . . . . 1609 ר ר לאָמיר זינגען נײַע לידער. כ'טאָר דיך ניט האָבן נאַטע לוריע, ב. מאָגילנער,
הױיפּטירעדאקטאָר),
ליב. װערטער--ב. מאָגילנער, מויק - ב. מילער, כ. מעלאמוד, א אי א כראָניק "ץע ?א"י אי עי יי א גי 2 אי יי 126 ה. פּאַליאנקער,
רעזומע לויט די מאטעריאלן פונעם נומער (רוסיש, ענגליש) 1 י שוסטעך (פאראנטװאָרטלעכער
א סעקרעטאר), *". שרײַבמאן
מאקס ריאנט
מײַן הארץ פאר פרײַנט איז אָפן
2 יון 1941 יאָר
וי הײַנט, געדענק איך יענעם װײַטן טאָג, און ס'איז די זון פארשווונדן פון די אויגן,
ער האָט געקאָנט זײַן אזוי העל און פריידיק, ער האָט אין הערצער אונדזערע געצילט.
נאָר זיך צעפּלאָסן מיט א שווערן ווייטעק,
ווען ס'האָט די ערד ארומגעכאפּט א פּלאָג. יאָ, שרעקלעך איז געווען דער ערשטער טאָג, ער האָט זיך אָנגעצונדן, װי א סרייפע,
ס'האָט יעדערער באגעגנט יענעם טאָג, נאָר אָנגעזאָגט די ראָצכים א מאגייפע,
ער זאָל פארקריצט זײַן טיף אין דעם זיקאָרן, צעקלינגענדיק זיך, װי א שװערער גלאָק.
הזע האָר איך כאלימעס זיס?? אי די ערד האָט, װי איז פיבער"זיך בשױיגט.
װאָס האָבן פרייד און גל ק מיר אָנגעזאָגט. און ס'האָט געדוכט, { א וועלט 2.7
זי גייט שוין אונטער, נאָר אין דער רעגע, װי א שפּארבער, ווילד נאָר מיר האָבן שוין דאן, אין יענעם יון-טאָג
איז בייזװיליק דער סוינע אַנגעפלויגן, געמאכט דעם ערשטן טראָט צום גרויסן זיג.
די גרעסטע מאזלבראַכע
כ'האָב אין מײַן היפּשן לעבן ניט װײיניק גוטע פרײַנט -- פונװײַטן, פון דערנעבן,
פון נעכטן און פון הײַנט.
מיט זיי בין איך איניינעם, איך טרויער און איך קוועל, זי זײַנען בא מיר שכיינים אין מײַן צעפּראלטער זעל.
און כ'פיל זיך רײַך, װי קוירעך, און מײַן געמיט עס שײַנט, ווען ס'קומט צו מיר אן אוירעך פון מײַנע גוטע פרײַנט.
ער ברענגט א װוילע בסורע, מיר נעמען זיך ארום,
ווערט שטארקער אונדזער גװורע און העלער לויכט די זון.
אף איינס איך וויל נאָר האָפן, איך זאָל ניט זײַן אלֵיין,
מײַן הארץ פאר פרײַנט איז אָפן און די נעשאָמע ריין.
דעם סוינע אפצולאָכעס,
ניט נעכטן, װעט זײַן הײַנט, די גרעסטע מאזלבראַכע איז האָבן גוטע פרײַנט,
די רעדאקציע און די רעדקאָלעגיע פון ,סאַוועטיש היימלאנד* באגריסן הארציק דעם דיכטער מאקס ריאנט מיט זײַן 60-טן געבורטסטאָג און ווינטשן אים געזונט, ארי- כאס-יאָמים און נײַע שעפערישע דערפאָלגן.
דערהערן װעט די וועלט
פון פענצטער כ'קוק מיט פרייד ארויס, מיט האָפענונג איך קלער:
ס'וועט אויסוואקסן דאָ נאָך א הויז און ארום אים א סקווער.
און װײַל סאיז ליב און ליכטיק הײַנט, װעט פריידיקער נאָך זײַן
מיט נײַע שכיינים, גוטע פרײַנט,
מיט דירעס, פול מיט שײַן.
אין פענצטער קלאפּט מיר אָן א טויב, א גוטע נײַס געבראכט:
אלץ װעט מעקוּיעם וװערן, כ'גלייב, װאָס מיר האָבן פארטראכט.
און שענער װערן װעט מײַן שטאָט, געראָטענער דאָס פעלד,
און אונדזער נײַעם דרייסטן טראָט דערהערן װעט די ועלט.
גליק
װוּ איז יענער גאָלדענער בריק, דער זוניקער שיינער באגינען? מיר זוכן קעסיידער דאָס גליק
און קענען עס אלץ ניט געפינען.
וו איז דער געװוונטשענער ברעג,
װאָס דוכט זיך אונדז אויס -- א גאניידן? און טאָמער מיר גייען אוועק
אליין גאָר פון אונדזערע פריידן?
װוּ איז יענער קוואל, װאָס דערקוויקט מיט טראָפּנס פארקישעפטע ריינע? אין עפשער איז פאָרט אונדזער גליק, װאָס מיר זײַנען אלע איניינעם.
וי פּערל, דאָס גליק אף דער ערד,
און יעדערן אנדערש באשײַנט עס,
נאָר, אייגנטלעך, װאָס איז עס וערט
אָן עכטער, אָן מענטשלעכער פרײַנטשאפט!
ניטאַָ אף װאָס זיך קלאָגן
איך האָב אמאָל גאָר ניט געגלויבט, צי עפשער ניט פארשטאנען:
אויב מע באדאנקט מיט צופיל לויב, א סימען, מאיז מעקאנע.
איך האָב אמאָל גאָר ניט געװוּסט און עפשער ניט באנומען:
ניט טאָמיד איז א הייסער קוש -- א קראנץ פון צארטע בלומען.
איך האָב אמאָל גאָר ניט געמיינט, צי ניט דערגאן צום זינען:
ניט אלץ, װאָס קליין, איז גראָד געמיין,
דעם איקער נאָר געפינען.
איך האָב אמאָל גאָר ניט געקלערט, אין טאָך זיך ניט געגריבלט
און עפשער ניט דערשאצט די װערט פון דײַן געהיימער ליבע?
נאָר איצט איז שוין א יאָר אראָפּ, ניטאָ אף װאָס זיך קלאָגן,
די שטומע גראָװוקײַט אף מײַן קאָפּ האָט מער שוין װאָס צו זאָגן.
זאָלסט גאָרנישט ניט פרעגן
עס טרעפט, עפּעס הייבט אָן צו רעגן, וערט סומנע און שוװוער דער געמיט,
זאָלסט בעסער פון גאָרנישט ניט פרעגן,
ווען סװערט ערשט געבאָרן א ליד.
איך קאָן זיך קיין אָרט ניט געפינען, ניט אלץ איז מיר ניכע און ליב, ווען ס'קריכן געדאנקען אין זינען, פון וועלכע כ'פארבײַס נאָר די לִיפּ.
א פּיצעלע
איך האָב אפילע ניט געטראכט, אז ס'קען אזוינס פּאסירן,
ס'איז צוגעפאלן גיך די נאכט, גערופן מיך שפּאצירן,
געזאָגט דעם מילעד שטילערהייט און אלע אירע שטערן:
-- אין פעלד אין ברייטן אים באגלייט,
אז קיינער זאָל ניט שטערן.
כ'האָב צו דער נאכט זיך צוגעהערט און בין אין פעלד געגאנגען,
עס האָט געאָטעמט פריש די ערד, געדרעמלט האָבן זאנגען.
און טיפער איך וויל אלץ באקלערן, װאָס ס'שוט זיך ארום און ארום -- דעם לויטערן הימל, די שטערן, די לײַבלעכע ערד און די זון.
איך בעט דיך, זאָלסט גאָרנישט ניט פרעגן,
דו זעסט דאָך, די זעל װי עס קוועלט, מע טאָר ניט פארזען אף קיין רעגע די ברייטע, די ליכטיקע וועלט.
באגינען
סאיז, װי א שרעטעלע, געהיים, א ווינטל דורכגעלאָפן
און ערגעץ װײַט געבליבן שטיין, פארװאָלט, אפּאָנעם, שלאָפן.
כ'האָב די אויגן צוגעמאכט, גלײַך כזאָל עפּעס באקלערן, און קונציק אָפּגענארט די נאכט, דעם מוילעד און די שטערן.
מיך האָט א װאָלקנדל פארשטעלט, סזאָל קיינער ניט געפינען,
און בא דעם ראנד האָט זיך צעהעלט א פּיצעלע באגינען...
שאָלעם
שאָלעם הייסט מײַן שאָכן, וי פײַן זײַן נאָמען קלינגט, א גוטער באלמעלאָכע,
א מייוון אף אלצדינג.
ער טוט זײַן זאך מיט ליבע, ער נייט פאר גרויס און קליין, און קינדער האָט ער זיבן, אלע -- איינס אין איינס.
און אייניקלעך -- א בראָכע, געראָטענע נאָך מער,
און מיט זײַן אלטער בראָכען ער טאנצט א ברייטע שער.
פון דעם געבעקס אין אויוון די אלטע בראָכע שײַנט:
-- ער איז אף אלץ א מייוון, כאלטורען האָט ער פײַנט.
מײַן שאָכן איז צופרידן, זײַן שפּאס איז מיט געדאנק: אז שאָלעם הייסט דאָך פרידן, באשערט איז לעבן לאנג.
77
7 // 4
/ 2 2
02 52 0
יא *
:
שמ 8 יל
הי 8 עג
=
==
יי 5 5 דל : געט
= א א 141
שאט
== =
הערשל פּאַליאנקער
דער גוירל פון א קינסטלער
ראָמאן
דאָס צוועלפטע קאפּיטל
מיט יעדן טאָג האָט סימאָן זיך געפילט אלץ ערגער. מע האָט אים געדארפט מאכן אן ערנסטע אָפּעראציע, נאָר דאָ האָט זיך ארײַנגעמישט די לונגען-אָנצינדונג.
טאקע נאָר וי עפּעס אן אָנשיקעניש. ער האָט געװאָלט װאָס גיכער זיך ארױסרײַסן פונעם האָספּיטאל און זיך אומקערן אפן פראָנט, נאָר גיי טו עפּעס, איין אומגליק טשעפּעט זיך צו אים נאָכן אנדערן!
כאָטש ער איז געווען אין א שוװערן צושטאנד און די שװעסטער האָבן צו סימאָנען קיינעם ניט צוגעלאָזט, דאָך האָט מען זיך דורכגעשמוגלט צו אים אין פּאלאטע. עס זײַנען געקומען סאָלדאטן און אָפיצערן, וועלכע זײַנען געלעגן מיט אים צוזאמען אין איין אָפּטײ- לונג און וועלכע האָבן געקאָנט זיך באוועגן און געווען אף זײַן אויסשטעלונג. עס האָבן זיך דורכגעשמוגלט צו אים שילער, געבראכט בלומען, פרוכטן, אָפּגעדאנקט פאר זײַנע גלענצן-
ס אָ ף. אָנהייב זע , סאָוועטיש היימלאנד", נומ. 4, 5, 1983,
דע ארבעטן. מיט גרויסע שװעריקײַטן זײַנען אהער אויך געקומען שטאָטישע אײַנװױנער, וועלכע האָבן בלויז פונדערװײַטנס געװאָלט א קוק טאָן אף דעם סאָלדאט, װאָס האָט אזוי ווונדערלעך געמאַלט. סימאָן איז געווען גערירט מיט דער הויכער אָפּשאצונג פון זײַן ארבעט.
אין די אָרטיקע צײַטונגען האָבן זיך באוויזן באגײַסטערטע ארטיקלען ועגן סימאָנס בילדער. יעדן גאנצפרי האָט גוסאראָוו אים געבראכט דערמונטערנדיקע נײַס. ער האָט אים דערציילט, אז ער האָט אָנגעשריבן און געקלונגען זײַנע קאָלעגן פון די שכיינישע האָספּי- טאלן, פון די נאַענטע שטעט, זיי זאָלן אָנעמען מיטלען, באװײַזן אין זייערע שטעט די ביל- דער פון זײַן באליבטן קינסטלער.
אָבער אײנצײַטיק איז גוסאראָוו געווען באומרויקט דערפון, װאָס זײַן פּאציִענט פאריכט זיך זייער פּאמעלעך פון זײַן לונגען-אַנצינדונג און מע װעט אים אזוי גיך ניט קאָנען אָפּע- רירן.
מיט דער הילף פון די טרײַע דאָקטוירים און שוועסטער האָט סימאָן צוביסלעך בײַגעקו- מען די קרענק. די טעמפּעראטור איז געװאָרן א נאָרמאלע, ער האָט זיך אָנגעהױבן פילן בע- סער. מעגלעך, אז דאָ איז אים געקומען צוהילף דער ווארעמער פרילינג, די װונדערלעכע בארג-לופט,
אלע גאנצפרי האָבן די שוועסטער אים ארויסגעפירט אפן וועגעלע אף דעם ברייטן באל- קאָן און ער האָט פאר זיך געזען די גרינע בערג, די שיינע גאסן און געסלעך, וועלכע האָבן זיך באהאלטן אינעם בונטן ביימער-געפלעכט. ער האָט געזען שפּאצירן יונגע מאמעס מיט קינדער, און, קוקנדיק אף דעם ארום, האָט זיך געקאָנט אף א װײַלע אױסװײַזן, אז קיין שום מילכאַמע איז אף דער וװעלט ניטאָ. אָבער אלע טאָג האָט די ראדיאָ געבראכט טרויעריקע יעדיִעס.
אף אלע פראָנטן האָבן געדויערט פארביטערטע שלאכטן. עס האָבן געברענט שטעט און דערפער. דער סוינע איז נאָך געווען שטארק. ער האָט זיך געגרייט נעמען נעקאָמע פאר דעם, װאָס די רויטע ארמיי האָט אים צעשמעטערט אונטער מאָסקװע.
גוסאראָוו האָט אומדערמידלעך געשפּירט נאָך זײַן פּאציענט און געפילט, אז אָפּלײגן אף װײַטער די אָפּעראציע, איז גאנץ געפערלעך. און װי נאָר עס איז געקומען די ערשטע מעגלעכקײַט, האָט ער זיך אָנגענומען מיט מוט און באפוילן צוגרייטן סימאָנען צו דער אָפּעראציע...
די לעצטע צײַט איז שווער געווען צו דערקענען ניקאָלײַ פּעטראָװיטשן. פון זײַן ענער- גישן פּאָנעם איז פארשווונדן דאָס גוטמוטיקע שמייכעלע, ער האָט װייניקער זיך געװויצלט מיט די קראנקע, מיט זײַנע קאָלעגן. ער איז געווען שטארק באומרויקט.
א מאָדנע לאגע בא א מיליטערישן דאָקטער. הונדערטער פארװוּנדעטע סאָלדאטן קוקן אף דיר, אף דײַן װײַסן כאלאט, װי אף דער איינציקער רעטונג. אמאָל, בעשאס א מילכאָמע, האָט מען געשאנעוועט פארווונדעטע און יענע, װאָס טראָגן װײַסע כאלאטן מיט רויטע קרייצן, מע האָט ניט באשאָסן קיין האָספּיטאלן און זיך ניט איזדיעקעװעט איבער פארווונדעטע, וען דער סוינע האָט זיך ארײַנגעריסן אין א שטאָט. און איצט האָט דער פארפלוכטער פאשיסט אלץ אָפּגעמעקט. זייערע אעראָפּלאנען יאָגן זיך נאָך די סאניטאר-צוגן, װאָס פירן פארווונ- דעטע פון פראָנט, פארשיטן זיי מיט סנאריאדן, באָמבעס. די הענקער פארניכטן אכזאָריעסדיק פארװוּנדעטע, וועלכע פאלן ארײַן אין זייערע הענט, שאנעווען ניט דעם מעדפּערסאָנאל..
און װאָס װעסטו טאַן מיט דײַנע פארווונדעטע, אויב...
גוסאראָוו האָט זיך באמיט אָפּטרײַבן די אומרויקע געדאנקען, נאָר זײי האָבן אים ניט אָפּגעלאָזט.
אין דער װונדערלעכער קוראָרט-שטאָט האָבן זיך געפונען צענדליקער האָספּיטאלן. טויזנטער פארווונדעטע סאָלדאטן און אָפיצערן האָבן זיך דאָ געהיילט. װאָס זשע װעט זײַן, אויב די אָקופּאנטן וועלן זיך אהער דערנעענטערן?
אין איינעם פון די לעצטע פרילינג-פרימאָרגנס האָט גוסאראָװו דורכגעפירט די אָפֹּע- ראציע. וויפל הונדערטער אָפּעראציעס האָט דער בארימטער כירורג געמאכט און קינמאָל האָט ער זיך אזוי ניט געערגערט, װי דאָס מאָל. ער האָט אפילע כאראָטע געהאט, װאָס ער האָט גענומען אף זיך אָפּערירן זײַן ליבן פרײַנט. געווען געדארפט, האָט ער געטראכט, בא- פעלן עמעצן פון זײַנע קאָלעגן אָפּערירן. ער האָט אָבער ניט געקאָנט קיינעם אים פארטרויען. עטלעכע שֹאָ האָט געדויערט די אָפּעראציע. ער האָט זיך ניט פאָרגעשטעלט, דער בא- רימטער כירורג, אז זי װעט גיין אזוי שווער. און גוסאראָװוו האָט זיך דערפילט גליקלעך, ווען
54 י
אלץ איז דורכגעגאנגען װי עס דארף צו זײַן. און שפּעט באנאכט, זיצנדיק בא סימאַנס בעטל און שפּירנדיק, װי ער באפרײַט זיך פונעם נארקאָז און עפנט די אויגן, האָט ער זיך אָנגע- בויגן איבער אים און א קוש געטאָן.
-- נו, מײַן טײַערער, אלץ װעט זײַן רעכט. איצט װעט שוין זײַן גרינגער.
עס האָבן זיך געצויגן שווערע, שלאָפּלאָזע נעכט. גוסאראַוו האָט גוט פארשטאנען, אז די געפאר איז נאָך ניט דורך. דאָס שווערסטע איז דאָך -- די ערשטע טעג נאָך דער אָפַּע- ראציע. עטלעכע מאָל פאר די נאָכאָפּעראציע-טעג איז סימאָן געווען צװישן לעבן און טויט, נאָר דאָס לעבן האָט געזיגט.
ער האָט זיך אָנגעהױבן צוביסלעך פאריכטן, קומען צו-זיך. אאלע האָבן געהאָפט, אז אויב דער פּראָצעס װעט גיין אזוי װײַטער, װעט סימאָן אין א דרײַ כאדאָשים, עפשער עט- װאָס מער, קאַנען פארלאָזן דעם האָספּיטאל און אפילע זיך מעגן אומקערן אפן פראַנט.
עמעס, אייניקע דאָקטוירים האָבן ניט געגלייבט, אז נאָך אזא אָפּעראציע װעט ער זיך קאָנען אומקערן אפן פראָנט. מע װעט אים געוויס דארפן באפרײַען פון מיליטער-דינסט און אים אָפּשיקן אין טיפן הינטערלאנד. דאָרט װעט ער ברענגען מער נוץ.
פרידלעך, שטיל און רויִק האָט געלעבט די קוראָרט-שטאָט, װאָס איז פארוואנדלט גע- װאָרן אין א שטאָט פון האָספּיטאלן, װו מענטשן אין װײַסע כאלאטן האָבן אומגעקערט צום לעבן טויזנטער פארווונדעטע שלאכטלײַט.
אין די קאפּע-הײַזער און רעסטאָראנען האָבן געשפּילט אָרקעסטערס. די פענצטער האָט קיינער ניט מאסקירט, די אװטאָמאָבילן האָבן געיאָגט, באשײַנענדיק דעם װעג מיט זייערע געוויינלעכע פארעס. אף די בולווארן, אין די סעדער האָבן שפּאצירט יונגע מאמעס מיט זייערע קליינע קינדער. פון יענער זײַט שטאָט האָט קיינער ניט געטראכט גראָבן אָקאָפּעס אָדער קעגנטאנקען-גריבער. בלויז די לײַכט-פארװונדעטע, װעלכע האָבן שפּאצירט אין זייערע פּיזשאמעס איבער דער גאס, און די גרויסע ראדיאָ-רופּאָרס אף די ראָגן האָבן דער- מאָנט, אז װײַט פונדאנען גייט א שווערע, בלוטיקע מילכאָמע.
און די, װאָס זײַנען געקומען אהער פונעם פראָנט, האָבן מאמעש געשטוינט, באטראכטן- דיק די פרידלעכע שטאָט און די פרידלעכע מענטשן.
קיינער האָט זיך ניט געריכט אף קיין אומגליק. אלע האָבן געװוּסט, אז װאָס עס זאָל ניט געשען, נאָר אהער װעט דער סוינע ניט פארקריכן.
נאָר אומדערווארט האָט זיך אהער דערטראָגן דער שטורעם.
אין איינער פון די שטילע יול-נעכט האָט פּלוצעם דער ארום זיך צעהודעט מיט אן אומבאקאנטן שטאָלענעם געברום. אינעם לויטערן הימל האָבן זיך ארײַנגעריסן פאשיסטישע באָמבארדירער און אין עטלעכע מינוט ארום אופגעטרייסלט די גאנצע שטאָט מיט זייערע באָמבעס. אף דער אײַזנבאן-סטאנציע האָבן זיך צעפלאקערט מוירעדיקע סרייפעס.
די גאנצע שטאָט איז ארויס פון די הײַזער, מיט שרעק געקוקט אפן פארויכערטן הימל און מיט בייזע קלאָלעס באגלייט די גרויזאמע באָמבארדירער מיט די שווארצע צלאָמים אף די פליגלען.
,;װאָס זשע איז דאָס?" -- האָט דער אוילעם געפרעגט איינער באם אנדערן. פונוואנען האָבן זיך גענומען די פאשיסטישע באָמבארדירער? דער פראָנט איז דאָך אזוי װײַט פונדאנען. קיינער האָט ניט געקאַנט זאָגן, װאָס איז זיך פארלאָפן און װאָס קומט ארום פאָר.
מע האָט געקלונגען פון די שכיינעסדיקע שטעט און ייִשוּװים, זיך נאָכגעפרעגט, װאָס איז געשען און װאָס דארף מען טאָן. נאָר װאָס מע דארף טאָן, האָט דערװײַל קיינער ניט געװוּסט.
דערנאָך איז באװוּסט געװאָרן, אז דײַטשישע טאנקען-קאָלאָנעס, האָבן דורכגעריסן דעם פראָנט. הײַנט-מאָרגן קאָנען זיי זיך ארײַנרײַסן אין שטאָט,
קלאנגען האָבן זיך געטראָגן איינער שרעקלעכער פון דעם אנדערן. מענטשן האָבן גע- כאפּט די קינדער אף די הענט, דאָס ביסל האָב-און-גוטס און זיך פארקליבן אין די בערג, אין די ארומיקע דערפלעך.
די וועגן זײַנען פארפלייצט געװאָרן מיט בעזשענצעס. מע איז געלאָפן פון דער שטאָט אונטערן געברום פון די דײַטשישע באָמבארדירער, וועלכע האָבן געװעלטיקט אינעם הימל, דער גרינער װעג איז אינגיכן פארוואנדלט געװאָרן אין א וועג פון צאָרן און אומגליק.
אין דעם געדיכטן מענטשן-שטראָם האָבן זיך אײַנגעשלאָסן טויזנטער פארווונדעטע: װוער אף קוליעס, ער מיט שטעקלעך, אונטערהאלטנדיק איינער דעם צווייטן.
8
דער נאטשאלניק פונעם האָספּיטאל ניקאָלײַ פּעטראָװיטש גוסאראָוו האַט אין אומרו און אײַלעניש ארויסבאגלייט די לײַכט-פארװונדעטע, וועלכע האָבן זיך אליין געקאַנט באוועגן. די עטלעכע מאשינעס, וועלכע זײַנען געשטאנען אין הויף, האָט מען געגרייט פאר די שווער- פארווונדעטע. ביז באגינען האָט מען געמוזט עוואקויָרן אלעמען.
די פּאלאטעס זײַנען פּוסט געװאָרן, אלע, װאָס האָבן זיך ווי-ניט-איז געקאָנט באוועגן, זײַנען שוין געווען אין וועג. ארום גוסאראָװן זײַנען געבליבן עטלעכע דאַקטוירים און סא- ניטאָרן. דאָס, װאָס מע האָט מיט זיך ניט געקאָנט מיטנעמען, האָט מען פארניכטעט און זיך שייז אליין געקליבן אין וועג ארײַן. סימאָן מארקוס איז געלעגן און אומגעדולדיק געווארט, מע זאָל קומען נאָך אים. נאָך דער אָפּעראציע האָט ער ניט געקאַנט רירן זיך פון אָרט. דער נאטשאלניק האָט געזאָגט, ער זאָל זיך ניט באומרויִקן. ער װעט אים נעמען מיט זיך, אף זײַן מאשין. און אָט איז ער ארײַנגעקומען, דער כירורג, נאָך זײַן פּאציענט. מע האָט סימאַנען פאָרזיכטיק ארופגעלייגט אף א טראָגבעטל און זיך געלאָזט צום ארויסגאנג, װוּ עס האָט שוין געדארפט ווארטן אף זיי א מאשין. נאָר װאָס איז דאָס? מע זעט ניט דעם שאָפער מיט זײַן אװטאָמאָביל! צײַט איז געבליבן װײניק. ארום האָט מען שוין קיינעם ניט געזעף מיטאמאָל איז צוגעלאָפן דער שאָפער, א קלײנװוּקסיק באָכערל, די פּילאָטקע אף א זײַט, די גימנאסטיאָרקע צעכראסטעט. דאָס פולע פּאָנעם פארמורזעט. אין די אויגן זײַנען געשטאנען טרערן. א פארלוירענער, איז ער צוגעלאָפן צו גוסאראָװון און, פארהיקענדיק זיך, געזאָגט, אז די מאשין איז קאליע. ער איז געווען זיכער, אז אלץ איז אין אַרדענונג, נאָר ווען ער האָט אופגעעפנט דעם קאפּאָט...
העד גיכער/ יעפרײיטאָר גוסיעוו! װאָס איז געשען? זעסט ניט, װאָס עס טוט זיך? -- האָט מיט קאס אויסגעשריגן דער נאטשאלניק, נאָר דער באָכער האָט זיך נאָך שטארקער פארלוירן און זיך צעוויינט:
-- כאווער נאטשאלניק! -- האָט ער מיט א געפאלענער שטים געזאָגט, װוישנדיק אי- בערן פארמורזעטן פּאָנעם די טרערן. -- עפּעס א פּאדליוגע האָט איבערגעשניטן די דראָטן אין מאשין, דורכגעשטאָכן די סקאטן, קאליע געמאכט דעם מאָטאַר...
-- ביסט פון זינען, יעפרײיטאָר? אין טריבונאל װועסטו בא מיר גיין! -- האָט גוסאראָװו וי ניט מיט זײַן שטים אויסגעשריגן און אליין אװעקגעלאָפן צו דער מאשין.
זיך אומגעקערט צוריק, האָט ער געכאפּט א קוק אפן טראָגבעטל, װוּ סימאָן איז גע- לעגן איבערגעדעקט מיט א װײַסן לײַלעך און צוגעמאכט אף א רעגע די אויגן, טראכטנדיק, װאָס מע הייבט אָן טאָן. ווארטן ביז מע װעט פאריכטן די מאשין, איז ניט געווען ווען. מע האָט דאָ ניט געטאָרט בלײַבן קיין איבעריקע מינוט. דערזען אין קאָרידאָר א שפּיטאָל-װע- געלע, אף וועלכן מע פירט צום אָפּעראציע-טיש די פארווונדעטע, האָט ער באפוילן ארופ- לייגן דעם אָפּערירטן. צוגעבונדן אים מיט עטלעכע בינטן, האָט מען זיך מיט אים געלאָזט צום שליאך.
סימאָן האָט פארשטאנען, אז װײַט װעט מען מיט אים אזוי ניט פארפאָרן, און זיך אָנגע- רופן מיט זײַן אָפּגעשוואכטער שטים:
-- ניקאַלײַ פּעטראָװיטש, לאָזט מיך דאָ איבער... מיר איז, זעט אויס, אזוי באשערט... גייט, ראטעוועט זיך...
-- דיך, סימאָן, איבערלאָזן און זיך גיין ראטעווען? -- האָט גוסאראָוו אים איבערגע- שלאָגן. -- זייער א שיינע אייצע!.. מיר האָבן זיך מיט דיר אזא צײַט געמוטשעט און וען מיר האָבן דיך אָפּגעשריגן פונעם טויט, ועלן מיר דיך דאָ איבערלאָזן? הערסט כאָטש, װאָס דו רעדסט?
מיט זײַנע שטארקע הענט האָט עֶר זיך אָנגעכאפּט פאר דעם ראנד פונעם וועגעלע און א װונק געגעבן צו זײַנע קאָלעגן, מע זאָל זיך באוועגן שנעלער.
ערגעץ װײַט אפן האָריזאָנט האָט א בלענד געטאַן דער ערשטער שטראל. פון גאָר נאָענט האָט זיך דערהערט א שיסערײַ פון קוילנווארפערס. ערגעץ האָבן געטראָפן פײַנטלעכע סנאריאדן, און דאָס װידערקאָל פון די אופרײַסן האָט אָפּגעהילכט אין די גרינע בערג.
דער סוינע איז שוין נאָענט. גוסאראָװו האָט האסטיקער גענומען שטויסן דאָס וועגעלע.
-- שנעלער, שנעלער, מײַנע טײַערע! -- האָט ער זיך געבעטן. -- מע דארף זיך ארויס- כאפּן װײַטער פון דער שטאָט, דאָרטן װעלן מיר עפּעס צוטראכטן..
הויך אין הימל האָבן זיך צערעװועט עטלעכע באָמבארדירער, זיי האָבן זיך געלאָזט פאָרויס, צו דער בריק, קעדיי, זעט אויס, זי אופרײַסן. אוב די דײַטשן װעלן צעמאזיקן די בריק, װעט זײַן ביטער. מע האָט געדארפט אום יעדן פּרײַז דערגרייכן יענע בריק און זיך אריבערקלײַבן אף יענער זײַט, קאָלזמאן זי איז נאָך ניט פארניכטעט.
דער געדרייטער װעג האָט געפירט אלץ העכער אין די גרינע בערג. די זון האָט גענו- מען ווארעמען װאָס אמאָל שטארקער. אלע זײַנען געווען דורכגענעצט פון שווייס. בײַטנדיק איינער דעם אנדערן באם װעגעלע, איז מען שנעל געגאנגען ארוף בארג. יעדערער האָט פארשטאנען, אז מע דארף דורכמאכן א גרויסן מעהאלעך, מע זאָל זיך פארטיפערן אין די בערג. װי עס איז געווען צו זען, האָבן ניט קיין גרויסע קויכעס זיך דורכגעריסן צו דער שטאָט. עס האָט זיי אָפּגעגליקט, װאָס קיינער האָט זיך ניט געריכט, אז דער סוינע קאָן אזוי שנעל דערגרייכן די שטאָט.
דאָס וועגעלע אף גומענע רעדער, װאָס איז געװען צוגעפּאסט זיך באוועגן איבערן פּארקעט פון שפּיטאָל, האָט זיך גאנץ שנעל געטראָגן איבערן אויסגעריבענעם אספאלטירטן וועג, װאָס האָט געפירט צו דעם אלטן מיליטעריש-גרוזינישן טראקט, און דאָרטן, װוּ דער אספאלט איז געווען צערוינירט, האָט גוסאראָוו מיט זײַנע קאָלעגן דאָס אונטערגעכאפּט אף די הענט און עס ארױיסגעטראָגן אפן גלײַכן וועג. גוסאראָװו האָט די גאנצע צײַט געשפּירט נאָכן קראנקן, אלעמאָל אים געפּרוװוט בארויקן, דערמונטערן, נאַר דאָס האָט זייער קנאפּ גע- האָלפן. סימאָן האָט פארשטאנען די לאגע און אים איז בלויז א שאָד געווען, װאָס די טרײַע מענטשן, וועלכע האָבן זיך מיט אים שוין אזויפיל אָפּנעמוטשעט פאר די לעצטע כאדאָשים, שטעלן איצט אײַן זייער לעבן, קעדיי אים ראטעווען, ווען זיי לאָזן אים איבער, װאָלטן זי זיך געוויס געקענט ארױיסרײַסן פונעם קלעם.
ווען מע זאָגט אמאָל גוסאראָװן, אז פאר געציילטע עטלעכע שאָ קאָנען עטלעכע מעדי- קער נאָך אזא אופטרייסלונג, װאָס זיי האָבן איבערגעלעבט מיט א שווער-קראנקן מענטשן, וועלכער איז ניט לאנג אָפּערירט געװאָרן, דורכמאכן אין אזא היציקן פרימאָרגן אזא גרויסן מעהאלעך צופוס, װאָלט ער קיינמאָל ניט געגלייבט.
איצט, װוען גוסאראָוו האָט זיך ארומגעקוקט און דערזען אף די ועג-צייכנס, וויפל קי- לאָמעטער מע האָט שוין דורכגעמאכט, האָט ער פרײַער אָפּגעאָטעמט. צוגעקומען צו א הויכן פעלדז, װאָס איז געשטאנען הינטער דעם געפלעכט פון עטלעכע ניסנביימער, האָט ער אראָפּ- גענומען פון זיך די גימנאסטיאָרקע און זי גוט-גוט אויסגעדרייט. דערנאָך צוגעגאנגען צו א קרענעצע, ארויסגעצויגן אן עמער קאלטע וואסער און האָט געטרונקען, פילנדיק א לײַכטן פיבער איבערן גאנצן לײַב.
דער געראַטענער שאָפער זײַנער, װאָס האָט זיך די גאנצע צײַט געפילט, װי אן אויס- געשמיסענער און געװאָלט אום יעדן פּרײַז אויסקויפן פארן נאטשאלניק זײַן זינד, איז אים פארלאָפן אלע וועגן, מער פון אלעמען געשטויסן דאָס וועגעלע.
מע האָט אָנגעפּױעט דעם קראנקן. און סימאַָן, דערזעענדיק, װי די דאָקטוירים און גו- סאראָוו האָבן זיך ארומגעוואשן פונעם שטויב און מע האָט זיך שוין אפילע אָנגעהויבן ווערט- לען, האָט זיך אויך דערפילט בעסער, פארשטאנען, אז די געפאר איז, אפּאָנעם, עטװאָס אָפַּ- געטראָטן.
דער פּריוואל האָט געדויערט ניט לאנג. מע האָט זיך געדארפט באוועגן װײַטער. דער צושטאנד פונעם קראנקן האָט אלעמען באומרויִקט. אָנגעטאָן אף זיך די נאסע גימנאסטיאָר- קעס, האָט מען זיך ווידער געלאָזט אין וועג. מע האָט אינגיכן זיך צונויפגעמישט מיטן גע- דיכטן אוילעם, װאָס איז פריִער אוועק פון דער שטאָט. מע האָט דערקענט גוסאראָװן מיט זײַנע קאָלעגן, וועלכע האָבן געשטויסן א װעגעלע מיט א קראנקן, און אָפּגעטראָטן דעם וועג.
דער נאטשאלניק פון האָספּיטאל האָט זיך באמיט ניט באגעגענען זיך מיט די בליקן פון די פארװוונדעטע, וועלכע האָבן קוים געפּלאָנטערט מיט די פיס. אים איז שװער געווען צו- קוקן, וי זײַנע פּאציענטן שפּאנען אין דעם מוירעדיקן שטויב, אונטער דער טשמעליענדיקער זון. מיט װאָס האָט ער געקאָנט זיי העלפן?
ער האָט געװאָלט װאָס גיכער קומען אין יענער שטאָט, װוּ מע האָט אים באפוילן זיך דערקלײַבן און פאנאנדערוויקלען זײַן האָספּיטאל, קעדיי צונויפנעמען אהין זײַנע קראנקע. נאָר װוי קאָן מען יאָגן צופוס מיט אזא קראנקן?
סימאָן האָט מיט טיפן מיטלײַד געקוקט אף דעם באיאָרטן כירורג און געװען בייז אף זיך, װאָס ער האָט אים פארשאפט אזויפיל דײַגעס, ער איז געװען דערשיטערט, צוקוקנדיק, וי פרויען מיט קינדער אף די הענט, זקיינים, פארװוּנדעטע שלעפּן זיך ארוף בארג, אָפּגײענ- . דיק מיט שווייס. אים האָט זיך געדאכט, אז די שרעקלעכע פּראָצעסיע װעט זיך קיינמאָל ניט ענדיקן. און דאָס הארץ האָט געווייטעקט דערפון, װאָס דאָרטן, אין שטאָט, װוּהין עס האָבן זיך באגינען ארײַנגעריסן די פאשיסטן, איז פארבליבן די אויסשטעלונג זײַנע, אלע זײַנע
10
בילדער. װאָס די פאשיסטישע בארבארן װעלן מיט זיי טאָן, שטעלט ער זיך שוין גוט פאָר. אלעמאָל האָט דער כ'רורג געװאָרפן א בליק אף דעם פארומערטן קינסטלער, שטילערהייט געפּרוּװוט אים בארויקן. זײַנע ווייטעקן זײַנען צווייענדיקע, פילפאכיקע, און בארויַקן אים איז ניט אזוי גרינג.
ס'איז שוין געווען סאָף טאָג, נאָר די היץ איז ניט געמינערט געװאָרן. ניקאָלײַ פּעטראָ- וויטש האָט אלץ שטארקער נערווירט. זיי האָבן ניט געקאָנט אריבעריאָגן דעם מענטשן- שטראָם, זיך באפרײַען פון דעם רעווען פון די פארמאטערטע און דורשטיקע טשערעדעס.
מע האָט זיך שוין אראָפּגעלאָזט אין טאָל. צוישן די קוסטעס האָט א בלאנק געטאָן א בארג-טײַכל. צו דעם האָבן זיך גלײַך א לאָז געטאָן דאָס פי און די מענטשן, שטילן דעם דאָרשט, איבערכאפּן דעם אָטעם, זיך ארומוואשן. די פארווונדעטע האָבן איבערגעבונדן זייערע װוונדן.
ניקאָלײַ פּעטראָװיטש גוסאראָוו מיט זײַנע קאָלעגן האָבן אויך פארקערעװועט אהין. ער האָט זיך ניט באוויזן אױיסטאָן און זיך ארומוואשן, װי עס האָט זיך דערהערט א געװווי פון באָמבארדירער, און ער האָט פאריסן דעם קאָפּ ארוף,
די פארגייענדיקע זון האָט פארבלענדט די אויגן, און ער האָט ניט געקאַנט זען די צייכנס אף די פליגל, נאָר לויט דעם געוווי פארשטאנען, אז דאָס זײַנען דײַטשישע אעראַ- פּלאנען. אין פארשיידענע ערטער האָבן זיך געריסן באָמבעס. עס האָט זיך אופגעהויבן א טומל, א געוויין, א לויפערײַ. גוסאראָוו איז שנעל ארופגעלאָפן אף א בערגל, קעדיי פעסט- שטעלן, װוּהין עס פליִען די אעראָפּלאנען, און באפוילן אלעמען זיך לייגן אף דער ערד.
דער אוילעם האָט זיך אויסגעלייגט, װוּ עס האָט זיך געמאכט. דאָס פי, גלײַך סאיז גאָרניט געשען, האָט דורשטיק געטרונקען דאָס וואסער,
דרײַ מאשינעס זײַנען דורכגעפלויגן נידעריק איבערן װועג, אױסגעשאָטן עטלעכע באָמ- בעס און ניט געסטײַעט.
ווען סאיז געװאָרן א ביסל שטילער, האָט זיך דערהערט דאָס קרעכצן פון נײַע פאר- ווונדעטע. ניקאָלײַ פּעטראָװיטש מיט זײַנע קאָלעגן האָבן זיך א לאָז געטאַן צו זיי.
אף די שײַטערלעך באם ברעג האָבן אָנגעהױבן זידן די קעסעלעך מיט וואסער. איצט האָט זיי שוין קיינער ניט געדארפט. מע האָט זיך שנעלער געלאָזט מיטן געדרייטן װועג, קעדיי ניט ארײַנפאלן אין די הענט פון די טאליאַנים.
וועז דער כירורג און זײַנע געהילפן האָבן איבערגעבונדן די פארווונדעטע און מעקא- בער געווען די אומגעקומענע, האָבן זיי זיך װוידער גענומען פארן וועגעלע און זיך געלאָזט װײַטער.
גוסאראָװו האָט זיך געערגערט. פריער האָט ער געמיינט, אז די געפאר איז, דאכט זיך, געװאָרן קלענער, נאָר לאָזט זיך אויס, אז ניין. דער סוינע איז, אפּאָנעם, װי געװאָרן פרעכער און קאָן פּרוּוון זיךר דורכרײַסן אהער, אין די בערג. מע האָט געדארפט װאָס גיכער זיך דערקלײַבן צום אָנגעמערקטן פּונקט.
שטויסנדיק פאר זיך דאָס וועגעלע מיטן פארװוונדעטן און טראכטנדיק זײַנע שווערע מאכשאָװעס, האָט דער כירורג פּלוצעם דערהערט א גערויש פון א לאסטמאשין, װאָס האָט זיך שווער אופגעהויבן אפן בארג. די מאשין איז געווען איבערגעלאָדן מיט װײַסע האָספּיטאל- טישלעך, בענקלעך, שאפעס, און אין קאבינע, באנאנד מיטן שאָפער, איז געזעסן א דיקער פיפיקער סטארשינא.
גוסאראָוו האָט אופגעהויבן די האנט, באפוילן, די מאשין זאָל זיך אָפּשטעלן, נאָר דער סטארשינא האָט ניט געלייגט קיין אכט אף דעם באפעל.
גוסאראָװו האָט ארויסגעכאפּט דעם פּיסטאָלעט, אױיסגעשאָסן אינדערלופטן און א װײַן געטאָן, אז באלד װעט ער שיסן אין די רעדער. די מאשין האָט גלײַך זיך אָפּנעשטעלט.
פון דער קאבינע איז ארויסגעקראַכן א דיקער פּארשוין מיט א צעקנייטשט פּאַנעם און איבערגעשראָקענע אויגן. ער האָט עפּעס אָנגעהױבן דערװײַזן, מאכן מיט די הענט, נאָר גוסאראָוו האָט א געשריי געטאָן, ער זאָל שװײַגן. באטראכט די בענקלעך און די טישלעך אף דער מאשין, האָט ער באפוילן דאָס ביסל באלעבאטישקײַט טייקעף אראָפּשלײַדערן.
-- דו זעסט ניט, װאָס סע טוט זיך! -- האָט גוסאראַו זיך צעשריגן. -- פארווונדעטע גייען צופוס און דו, סטארשינא, פירסט אף א סאניטאר-מאשין בענקלעך און טישלער. שוין זאָלסטו אָפּרײניקן די מאשין און ארופזעצן אף איר פארװונדעטע! פארשטאנען?
באטראכטנדיק דעם דיקן און פוילבלעכן פּארשוין, האָט ער צוגעגעבן:
-- און דו זאָלסט גיין צופוס! פארשטאנען?
11
-- טאק טאַטשנאָ, כאווער נאטשאלניק! -- האָט יענער הייזעריקלעך אָפּגעענטפערט און שנעל גענומען אױסליידיקן די מאשין.
סאָלדאטן אף קוליעס האָבן צופרידן געקוקט אפן אופגעבראכטן דאָקטער. ער האָט באפוילן נעמען אף דער מאשין דאָס טראָגבעטל מיטן קראנקן קינסטלער. אײַנגעאָרדנט לעבן אים עטלעכע פארװונדעטע, איז ער אליין ארײַן אין קאבינע און געבעטן די איבער- געבליבענע, מע זאָל אים מויכל זײַן, ער מוז מיטפאָרן מיט דער מאשין, װײַל ער דארף זיך גיכער דערקלײַבן צו דער שכיינישער שטאָט און דאַרטן פאנאנדערוויקלען א האָספּיטאל,
דער דערשראָקענער סטארשינא איז געשטאנען, נאָכשפּירנדיק נאָך דער לאסטמאשין, וועלכע האָט זיך געלאָזט ארוף בארג, עפּעס אומצופרידן א בורטשע געטאָן און, אויסגעווישט מיט דער גרויסער האָריקער האנט דעם שווייס פונעם רויטן פּאָנעם, זיך געלאָזט גיז מיטן איבעריקן אוילעם.
מע איז אָפּגענאנגען א פּאַר קילאָמעטער און געמוזט באפרײַען דעם װעג. אנטקעגן האָט געשפּאנט מיט א פאָרסירטן מארש א לאנגע קאָלאַנע גוט באװאָפנטע סאָלדאטן. פאר- שטויבטע יונגע כעוורע מיט אװטאָמאטן, קעגנטאנקען-ביקסן, קוילנווארפערס, האָבן געײַלט אהין, פונוואנען די בעזשענצעס און פארװוּנדעטע זײַנען אוועק. עס האָט זיך געצויגן צום פראָנט א פרישער קויעך, װאָס װעט געויס פארצוימען דעם סוינע דעם װעג קיין קאווקאז. די קאַלאַנע האָט פארנומען דעם גאנצן שליאך, און די מענטשן האָבן געקוקט מיט האָפענונג אף די סאַלדאטן, אף די פרישע קויכעס, װאָס װעלן ניט לאַזן לאנג הוליען דעם בלוטיקן סוינע.
די זון איז שוין פארגאנגען, ווען גוסאראָוו האָט זיך דערנעענטערט צו א גרויסער שטאָט, װאָס איז געווען ארומגערינגלט מיט גרינע בערג און וועלדער. אָפּגנעשטעלט די מאשין, װוּ הונדערטער מענטשן האָבן געגראָבן אָקאָפּעס און אַנוואלגערונגען קעגן די פּײַנטלעכע טאנ- קען, האָט ער זיך אװעקגעלאָזט אין שטאָט. אינגיכן איז ער צוריקגעקומען און באפוילן פאָרן צו דער געראמער שול-געבײַדע, װאָס האָט זיך ארויסגעזען צוישן די פּאטלאטע קליאָ- נען. איצט האָט די געראמע געבײַדע געדארפט פארוואנדלט וװערן אין א האָספּיטאל.
די אײַנװױנער האָבן אָנגעהױבן טראָגן אהער בעטלעך, בענקלעך און טישלעך. גוסא- ראָװו האָט גלײַך זיך גענומען פאר דער ארבעט און אויך ארויסגעשיקט באגעגענען און פאר-
קערעווען אהער די מעדיקער און די פארװונדעטע. עס איז פאָרגעשטאנען א בארג מיט ארבעט. די שוֹל האָט פאר איין נאכט געמוזט פארוואנדלט װערן אין א האָספּיטאל,
סימאָן איז געלעגן אין א גרויסן צימער אף א טאָפּטשאן באנאנד מיט אנדערע אזעלכע, וי ער. ער האָט זיך געפילט מוירעדיק שׂלעכט. דער שוידערלעכער וועג און דאָס פּלוצעמ- דיקע פארלאָזן די שטאָט האָט אלעמען דערשיטערט. מע איז געלעגן און שטיל געקרעכצט. אלע האָבן פארשטאנען, אז עס איז געשען א נעס, װאָס מע איז ארויס פון יענעם פּײַער, זיך דערקליבן אהער, מע געפינט זיך שוין װידער אונטער א דאך, און די דאַקטױרים גרייטן זיך נעמען פאר זייער געוויינלעכער ארבעט.
אלעמען האָט א ביסל בארויקט דאָס, װאָס מע האָט געזען די קאַלאָנעס סאַלדאטן, וועלכע האָבן געײַלט צו דער שטאָט און וועלכע פירן שוין געויס א שלאכט מיטן סוינע.
סימאָן איז שטארק געווען דערשלאָגן. די דאָקטוירים האָבן געזאָגט, אז אים װעט נאָך לאנג אויסקומען זיך היילן. עס האָבן זיך געעפנט די װוּנדן, וועלכע האַבן זיך שיין געהאט אָנגעהויבן פארציען, און עס װעט אויסקומען אלץ אָנהײבן פונעם אַנהײב. דערצו האָט אים געמאטערט נאָך איין אומגליק -- אונטערן הארצן האָט געשטעקט א שפּליטער פון א מינע, און אים שטייט פאָר א שווערע אָפּעראציע, פאר וועלכער דער כירורג האָט די גאנצע צײַט זיך ניט אײַנגעשטעלט נעמען, אַבער עס איז קלאַר געווען, אז אױסמײַדן די דאָזיקע אַפּערא- ציע װעט מען ניט קענען. װעגן דעם האָט גוט געװוּסט ניקאָלײַ פּעטראַװיטש און סימאָן אליין אויך.
ווידער זײַנען אוועק שווערע, אומרויקע טעג. דעם סוינע האָט מען װײַטער ניט גֶע- לאָזט, נאָר דער זומער האָט זיך ערשט אָנגעהױבן און קיין גוטס האָט ער ניט צוגעזאָגט.
סימאָן האָט זיך באמיט ניט טראכטן וועגן דעם, װאָס די דײַטשן האַבן געמאכט מיט זײַן אויסשטעלונג, װוען מע האָט זיך ארײַנגעריסן אין שטאָט. נאָר דאָס איז געװוען אויסער זײַנע קויכעס. ער האָט פארשטאנען, אז אויך זײַנע נײַע בילדער זײַנען פארניכטעט געװאָרן.
א שיין מאזל בא אים!
א קינסטלער אָן בילדער, א מאן אָן א װײַב, אָן קינדער, א מענטש אָן קרויווים, אָן פרײַנט, אָן אייגענע. גוט, װאָס אים רינגלען ארום און העלפן אים מיטן גאנצן הארצן טײַערע, גוטע מענטשן, ועלכע האָבן ניט איין מאָל אײַנגעשטעלט פאר אים דאָס לעבן.
דאָך האָט ער זיך געפילט מוירעדיק איינזאם, כאָטש זעלטן, נאָר אנדערע האָבן באקו- מען בריוולעך פון זייערע פרויען, קינדער, עלטערן, גוטעפרײַנט. און ער? שוין עטלעכע מאָל געפּרוּװוט געפינען ליזען, זיך דערוויסן, װוּ איז זי, װוּהין האָט זי פארטראָגן די מילכאַמע, נאָר קיין ענטפער האָט ער ניט באקומען.
עמעס, אלע יאָרן איז מען געווען אָפּגעשײדט איינער פון אנדערן, זיך זעלטן דורכ- געשריבן, נאָך זעלטענער געווען איניינעם, נאָר איצט, װען עס גייט אזא שווערע מילכאַמע, ווילט זיך הערן כאָטש א גוט װאָרט פון א מענטשן, װאָס איז דיר געווען נאָענט און לִיב.
ער האָט װוידער אָנגעשריבן עטלעכע בריוולעך אף פארשיידענע אדרעסן ליזען, אירע באקאנטע. וי אין וואסער ארײַן!
דאָס דרײַצנטע קאפּיטל
דאָס אלטע ווערטל זאָגט: אז מע ווארט, דערווארט מען זיך. עס טרעפן אמאָל ניסים. עמעצער פון די מעדשוועסטער איז ארײַנגעלאָפן אין פּאלאטע און אויסגעשריגן צו סימאַנען:
-- נו, אָט! און איר האָט שוין פארלוירן די האָפענונג! איך האָב דאָך אײַך געזאָגט! ווען איר פילט זיך בעסער, װאָלט איך אײַך געצווונגען טאנצן!..
און זי האָט אים דערלאנגט א בריוו.
זײַן בלייך, עטװאָס פארוואקסן, פּאַנעם האָט זיך צעשײַנט. מיט ציטערנדיקע הענט האָט ער גענומען דעם קאָנװערט און געכאפּט א קוק אפן אדרעס.
ווען ער האָט ארויסגענומען פונעם קאָנװערט דאָס צעקנייטשטע בייגעלע פּאפּיר און דערקענט דעם צעקאליעטשעטן קסאוו, איז אים געװאָרן ביז גאָר ביטערלעך. געשריבן האָט ליזעס מאמע, אגנעסע.
,אין די ערשטע שורעס פון מײַן בריוו, -- האָט זי געשריבן, -- װויל איך אײַך מױדיע זײַן, אז איך מיט מײַן טאָכטער זײַנען גאָט צו דאנקען אין פולער אָרדענונג, גיב גאָט אף װײַטער ניט ערגער. נאָר איצט װוינען מיר ניט אין מאָסקװע, נאָר אין פערגאנא, װוהין מיר
13
האָבן זיך עוואקויִרט. די בריוו האָבן אונדז איבערגעשיקט אונדזערע שכיינים. מיר האָבן דאָ זיך גאנץ שיין אײַנגעאָרדנט, איך מוז אײַך זאָגן, אז אין אלע צײַטן בלײַבן פרויען -- פרויען, און קומען אָן צו מיר, איך זאָל זיי מאכן שיינע פריזורן, מאניקיור או פּעדיקיור... מיר זײַנען פון דער היים אזוי שנעל ארויסגעפאָרן, אז מיר האָבן ניט באוויזן פארכאפּן מיט זיך די וואזעס און די זייגערס, װאָס קאָסטן איצט א מאיאָנטעק. ווען מיר האָבן עס דאָ, װאָלטן מיר געלעבט, וי די פּרינצעסעס. נאָר דאנקען גאָט, אבי מע לעבט...".
די שכיינים פון דער פּאלאטע האָבן באמערקט, װי סימאָן איז אופגערעגט געװאָרן, לייענענדיק דעם בריוו. די אויגן זײַנע האָבן זיך אָנגעגאָסן מיט האס. ער האָט אָפּגעלײגט דעם בריוו אין א זײַט, שווער אָפּגעאָטעמט, נאָר אין א פּאָר מינוט ארום װידער גענומען לייענען דעם בריו:
;איך פארשטיי, סימאָן, אז איר װעט זיך װוּנדערן, װאָס דעם בריוו שרײַב איך און ניט מײַן לויַזע.. מוז איך אײַך זאָגן דעם ריינעם עמעס. אײַערע בריוו האָב איך לויזען ניט אי" בערגעגעבן, װײַל איך האָב זי ניט געװאָלט טראוומירן. מיר האָבן געמיינט, אז איר זײַט שוין לאנג אף דער װעלט נישטאָ, אנטשולדיקט פאר מײַנע רייד. לויַזע האָט זיך אָפּנעװכט איר גליק און לעבט זיך גאנץ פּײַן מיט איינעם א מענטשן, װאָס איז איר צום הארצן, דערצו נאָך פארדינט ער גאנץ גוט. ער איז א סנאבזשענעץ אין אונדזער סיסטעם. ער היט זי זייער אָפּ, טראָגט איר אלץ ארײַן אין שטוב. נאָר װאָס זשע, ער אייפערט זי צו יעדער טעלעגראף- סלופּ. לױיַזען האָב איך דאָ אויך אויסגעלערנט מאכן פריזורן און זי האָט א גוטע קליענטור... און טאָמער פארהאלט זיך לויַזע אין שטאָט אַדער קומט אמאָל ניט נעכטיקן, איז ער מאָלע רעציכע.
כאָטש איר האָט פון מיר קיינמאָל ניט געהאלטן און איך האָב פון אײַך קיין גוט װאָרט ניט געהערט, האָב איך אף אײַך שטארק ראכמאָנעס, און אוב איר װילט, קאָן איך אײַך צושיקן עטלעכע רובל... נאָר איין באקאשע האָב איך צו אײַך, איר זאָלט ניט שרײַבן קיין בריוו מײַן טאָכטער און איר דארפט אף איר ניט האָבן קיין פאריבל..."
סימאַן האָט דאָס געלייענט און ניט געגלייבט זײַנע אויגן. ער האָט געכאפּט אף זיך די פארווונדערטע בליקן פון זײַנע שכיינים און ניט געקאַנט צוטראכטן, װאָס זאָל ער זיי זאָגן וועגן דעם בריוו. אזוי איז דאָ שוין אײַנגעפירט, אז אויב עמעצער באקומט א יעדיִע פון דער היים, לייענט ער פאר אלעמען. אמאָל פרייט מען זיך איניינעם און אמאָל פארקערט. נאָר וי האָט סימאָן געקאָנט אזוינס פאָרלייענען?
פארוקט אונטערן קישן דאָס בריוול, האָט ער זיך איבערגעדעקט מיט דער קאָלדרע און געמאכט דעם אויסזען, אז ער איז מיד און וויל אײַנשלאַפן.
אלע האָבן פארשטאנען, אז ער האָט באקומען א שלעכטע יעדיִע און קיינער האָט בא אים גאַרנישט ניט געפרעגט, גלײַך װי קיין שום בריוו װאָלט ער ניט באקומען.
אייגנטלעך, װאָס אזוינס איז געשען? ער האָט באקומען אן עקלדיקן בריוו פון א פרוי, וועלכע ער האָט קיינמאָל ניט געאכטעט. קיין אנדערע װערטער האָט ער פון איר קיינמאָל ניט דערווארט און דאָס, װאָס איז געשען מיט איר טאָכטער, איז פאר אים אויך ניט געווען אומדערווארט. װאָס זשע טוט זיך עס מיט אים? און דאָך האָט ער זיך דערפילט, װי פּריטש- מעליעט, דערשלאָגן און דערנידעריקט. דער מויעך איז שיר ניט צעשפּאָלטן געװאָרן פון בייזע מאכשאָוועס. דאָס לעבן איז אים מיטאמאָל נימעס געװאָרן. דאָס הארץ האָט אין אים געוויינט,
ווען עס האָט גענומען צופאלן די נאכט איז ארײַנגעקומען אין פּאלאטע ניקאָלײַ פּעט- ראָװויטש. אין זײַן װײַסן כאלאט און ציכטיק-װײַסן קאָלפּאק אפן שפּיץ קאָפּ, אין די שטעק- שיך און פארקאטשעטע ארבל, מיט זײַן גוטמוטיקן שמייכעלע אף די פולע ליפּן, האָט ער איצט אויסגעזען ניט אזוי שטרענג, װי שטענדיק, װען ער איז געווען אין זײַן מיליטערישן מונדיר. ער איז ארײַנגעקומען, זעט אויס, נאָך א געלונגענער אָפּעראציע. כאָטש א מידער, נאָר דאָך אין א גוטער שטימונג.
-- נו, מײַנע אָדלערלעך, װי פילט איר זיך! -- האָט ער געפרעגט.
-- א דאנק, כאווער נאטשאלניק! -- האָט זיך עמעצער פון די קראנקע אַנגערופן. -- דערװײַל פילט מען זיך נישקאָשע, עס זאָל נאָר ניט אויסקומען אויך פון דער שטאָט אנט- לויפן.
-- נו, נו, װאָס רעדט איר! מע האָט דאָרטן אָפּנעשטעלט פאָן קלייסטן. װײַטער װעט מען אים ניט לאָזן. איר מעגט ליגן רויָק...
14 אן
-- דאָס איז גוט, װאָס מע האָט דעם פריץ אָפּנעשטעלט, אנדערש װאַלט געווען אונדז ביטער.
-- אפילע ווען מע איז געזונט, איז אָפּטרעטן אויך זייער שווער. מיר האָבן דאָס שוין גוט פארזוכט פאראיאָרן. נאָר ווען מע איז פארווונדעט -- דאָס איז שרעקלעך!
גוסאראָוו האָט געווארט, אז סימאָן זאָל אויך עפּעס זאָגן, נאָר יענער האָט געשוויגן. שטענדיק, װען ער זעט דעם כירורג, װערט ער אופגעלעבט, באריידעוודיק, נאָר איצט -- װי ער װאָלט אָנגענומען א פול מויל מיט וואסער. ער האָט אויסגעזען בלאס, אויסגעמא- טערט, די אויגן -- מוטנע, פארנעפּלטע. ער האָט שווער געאָטעמט און זיך פארקוקט אין איין פּינטל אף דער סטעליע. געמאכט דעם אַנשטעל, אז דער דאָזיקער געשפּרעך גייט אים אינגאנצן ניט אָן.
גוסאראָוו איז דורכגעגאנגען איבער דער פּאלאטע, זיך פארהאלטן לעבן יעדן בעטל, באטראכט די קראנקע. איינעם געזאָגט א פּאָר ווערטער, א צווייטן עפּעס אויסגעפרעגט, צו- געגאנגען צו סימאָנען, זיך צוגעזעצט לעבן אים און גענומען אים באטראכטן.
-- נו, װי פילט זיך אונדזער קינסטלער? די געשעפטן, דוכט זיך, גײיען ניט שלעכט. פארװאָס זשע איז בא דיר אזא שׂלעכטע שטימונג? אף װאָס קלאָגסטו זיך הײַנט?
סימאָן האָט אופגעהויבן אפן כירורג זײַנע פארנעפלטע אויגן און שטיל ארויסגערעדט:
-- ווען װעט איר מיך אױסשרײַבן, ניקאָלײַ פּעטראָװיטש?
-- דיר איז דען מיט אונדז אומעטיק?
-- איך מיין ערנסט. ווען װעל איך קאָנען אוועק אפן פראַנט?
-- אפן פראַנט? -- האָט גוסאראָוו א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען. -- איך װאָלט דיך אפילע הײַנט אויסגעשריבן, אָבער...
און, אָפּמעסטנדיק מיטן בליק זײַן אויסגעבלייכט פּאָנעם און די אײַנגעפאלענע אויגן, א זיפץ געטאָן:
-- יאָ, מײַן טײַערער סימאָן, דיר װעט נאָך לאנג אויסקומען אונדז דולדן. זייער לאנג.. דו, גייסט דאָך, נאָך דעם שווערן וועג איז אויסגעקומען אלץ אָנהײבן פונעם אָנהייב. האָסט אפילע ניט געװוּסט, װאָס פאר א געפאר עס האָט דיר געדראָעט, װוען מיר זײַנען מיט דיר אהער געקומען... און איצט... גאָט צו דאנקען..
-- נאָר איך פיל זיך שוין גוט..,
-- װאָס? פילסט זיך שוין גוט? -- האָט ניקאָלײַ פּעטראַװיטש זיך פאנאנדערגעלאכט, -- די מעדיצין האלט פּונקט פארקערט, דײַנע געשעפטן זײַנען נאָך װײַט ניט קיין פויגלדיקע, נאָר מיר זײַנען זיכער, אז אלץ װעט מיט דער צײַט זײַן גוט,
גוסאראָוו האָט פארייכערט א ציגאר און גענומען אים בארויקן.
-- אז דו װעסט קומען צו-זיך, װעסטו װידער ארײַנפאלן אין מײַנע הענט. דערנאַך וועלן מיר זען. יאָ, מײַן טײַערער, אין איין װײַלע װערט דער מענטש פארווונדעט, נאָר קעדיי שטעלן אים אף די פיס, דארף מען א סאך צײַט...
-- נאָר איידער אזוי מוטשען זיך און אײַך...
-- רעדסט נארישקײַטן, סימאָן! -- האָט יענער זיך א בייזער געטאָן, -- נאָר זאָג מיר, טײַערער, װאָס איז מיט דיר געשען? עפּעס דערקען איך דיך ניט...
גוסאראָוו האָט לאנג געווארט אף אן ענטפער. נאָר יענער האָט אלץ געשויגן און געקוקט מיט די פּײַכטע אויגן אף דער סטעליע.
-- װען איר שרײַבט מיך אויס, װאָלט איך אוועק אפן פראָנט... -- האָט ער ענדלעך ארויסגערעדט.
-- אזוי? דו װאָלסט אוועק אפן פראָנט? אָט דאָס, זעסטו, װאַלט געווען פאר דער ארמיי א פײַנע פארפעסטיקונג...
דאָס מאָל האָט זײַן שטים א קלונג געטאָן מיט באדויערונג.
-- איך האָב געמיינט, אז איך האָב צו טאָן מיט אן ערנסטן מענטשן, איצט זע איך, אז איך האָב א טאָעס געהאט. דו הערסט כאָטש װאָס דו רעדסט? מעגלעך, וען ניט אָט דער פארשאָלטענער מארש, װאָלט שוין אלץ געווען אין אָרדענונג... דיר שטייט נאָך פּאָר א קאַמפּליצירטע אָפּעראציע. דו דארפסט זיך אָנעמען מיט מוט, ניט אראָפּפאלן בא זיך. פאר- געדענק, דו דארפסט אונדז העלפן.
-- איך געדענק, ניקאָלײַ פּעטראָװיטש... אלץ געדענק איך... איך בין אײַך דאנקבאר פאר אלץ, װאָס איר האָט געטאָן און טוט פאר מיר... אנטשולדיקט, ביטע, אויב איך האָב געזאָגט ניט אזוי.,, נאָר איך פיל זיך איצט זייער שלעכט..
15
-- איך האָב דיר געזאָגט דעם גאנצן עמעס, טײַערער מײַנער. דו ביסט דאָך א סאֵל- דאט.
דאָס פערצנטע קאפּיטל
דער האָספּיטאל האָט זיך געפונען נאָענט צום פראָנט, און דאָס האָט ניט דערלויבט דורכפירן קאָמפּליצירטע און געפערלעכע אָפּעראציעס. ניקאָלײַ פּעטראָװיטש האָט זיך גע- מוזט צעשיידן מיט זײַן פרײַנט. מע האָט אים פאָרזיכטיק אריבערגעפירט אין א האָספּיטאל, װאָס האָט זיך געפונען עטלעכע הונדערט קילאָמעטער פונעם פראָנט, און ער איז ווידער ארײַנגעפאלן אין גוטע הענט. דאָ איז אים אויך לאנג אויסגעקומען ווארטן, ביז מע האָט אים גענומען אפן אָפּעראציע-טיש. נאָר די צײַט איז געקומען.
נאָך דעם, װי מע האָט באזײַטיקט פון אונטער זײַן הארץ דעם שפּליטער, איז אים גע- װאָרן גרינגער, און ער האָט אָנגעהױבן קוקן אף דער וװעלט מיט גאָר אנדערע אויגן, גע- װאָרן פריילעכער, באריידעוודיקער. ער איז געווען זיכער, אז אינגיכן װעט ער זיך אומקערן אפן פראָנט, נאָר ער האָט א טאָעס געהאט.
ווען מע האָט אים אויסגעשריבן פונעם האָספּיטאל, האָט מען אָנגעשריבן אף זײַן בי- לעט, אז לוט זײַן געזונט-צושטאנד איז ער צײַטװײַליק באפרײַט פון מיליטער-דינסט.
דאָס האָט אים אינגאנצן דערשיטערט. ער האָט זיך ניט געקאָנט פאָרשטעלן, װאָס ער װעט איצט טאָן,
אין אן אלטיטשקן אויסגעריבענעם שינעל ביז די קני, אין אלטע געלאטעטע שטיול, אין א צעקנייטשטער פּילאָטקע מיט א סאָלדאטיש זעקעלע אף די פּלייצעס, מיט א געשי- רענעם קאָפּ און א בלאסלעך, אָפּגעצערט, עטװאָס פארוואקסן פּאָנעם האָט ער פארלאָזט דעם האָספּיטאל.
אין קעשענע איז געלעגן דער אטעסטאט, לויט וועלכן ער װעט א שטיקל צײַט קאַנען באקומען זײַן סאָלדאטישן באשיידענעם פּאיאָק. דאָרטן איז אויך געלעגן א ליטער אף א בילעט ביז קיעוו, װאָס איז ניט לאנג צוריק באפרײַט געװאָרן פון די דײַטשישע אָקופּאנטן, נאָר װאָס װעט ער דאָרטן טרעפן? ער האָט זיך א סאך אָנגעהערט, װאָס די פאשיסטישע הענקער האָבן געמאכט פון דער שטאָט, װעגן דעם שרעקלעכן באבי יאר, װוּ עס זײַנען אומגעבראכט געװאָרן צענדליקער טויזנטער מענטשן -- פרויען, קינדער, זקיינים. ער האָט זיך גענוג אָנגעהערט װעגן דעם דארניצער טויט-לאגער, װוּ די פאשיסטישע ראָצכים האָבן צעשאָסן העכער הונדערט טויזנט געפאנגענע סאָוועטישע סאָלדאטן און אָפיצערן. און עס איז אים שווער געווען פאָרשטעלן זיך, װי ער װעט קענען רויק ארומגיין איבער דער ערד, װאָס זידט נאָך פון אומשולדיק מענטשיש בלוט.
פיל טעג און נעכט האָט ער זיך געשלעפּט מיט צופעליקע צוגן, און מיט יעדן קילאַ- מעטער האָט אים אלץ שטארקער געמאטערט דער געדאנק: װאָס און וועמען װעט ער דאָרט טרעפן?
דער הארבסט מיט זײַנע קאלטע רעגנס האָט מיט יעדן טאָג געלאָזט זיך פילן אלץ שטארקער. בלײַענע װאָלקנס האָבן פארדעקט דעם גאנצן הימל. זעלטן-װען עס האָט זיך געוויזן די זון.
אומעטום האָט סימאָן געפילט די פרייד, װאָס האָט ארומגעכאפּט די מיליטערישע און ציווילע, געפרייט און דערמונטערט -- קיעוו איז באפרײַט פונעם סוינע! דער פראַנט האָט זיר שנעל באוועגט אף מײַרעװ!
כאָטש סימאָן האָט געהאט א צײַגעניש פונעם האָספּיטאל, אז ער איז אף זעקס כאדאַ- שים דערװײַל באפרײַט פון מיליטער-דינסט און דארף זײַן אונטערן אופזיכט פון דאַקטוירים, נאָר ער האָט בא זיך פעסט באשטימט, אז דאָס קוויטל װעט ער קיינעם ניט באװײַזן און ועט דאָך אוועק אפן פראָנט.
די סאָלדאטישע טעפּלושקעס זײַנען אף א צײַט געװאָרן זײַן היים. די סאפּיאָרן האָבן געהאָרעװעט טאָג װי נאכט, אופשטעלנדיק די רוינירטע אײַזנבאן-ליניע. עטלעכע סטאנציעס פאר קיעוו איז די באן אינגאנצן געװאָרן ניט דורכצופאָרן און ניט דורכצוגיין.
אין איינעם פון די הארבסטיקע פארטאָגן האָט סימאָן דערזען די בארגיקע שטאָט אפן דניעפּער, די הויכע זאװאָדישע קוימענס. די זון האָט סאָפקאָלסאָף זיך באוויזן אף גאָטס
1---+24 16
וועלטל, און פון די צװישנװאָלקנס האָבן זיך אויסגעשיילט די גאָלדענע קופּאָלן פון די קלויסטערס.
דאָס הארץ האָט אָנגעהױבן שטארקער קלאפּן. ווען ער װאָלט געהאט קויעך, װאָלט ער זיך געלאָזט לויפן אהין, קעדיי גיכער באגעגענען זיך מיט דער באליבטער שטאָט.
מיטן שליאך, װאָס איז געוען שטארק צעמאזיקט פון טאנקען און מאשינעס, פון סנא- ריאדן און באָמבעס, זײַנען געגאנגען קאָלאָנעס זעלנער -- אויסגעמאטערטע, פארשטויבטע, פארשוויצטע סאָלדאטן מיט אװטאָמאטן אף די ברוסטן, מיט קוילנווארפערס און מינענוואר- פערס אף די פּלייצעס. עס איז געווען צו זען, אז מע איז שוין לאנג אין מארש. נאָר ווען זי האָבן געקוקט אף דער בארימטער שטאָט, צו וועלכער עס איז שוין געווען גאָר נאָענט, האָט זיך געדאכט, אז די אויסגעמאטערטע מענטשן װערן אָנגעפילט מיט פרישע קויכעס.
סימאָן איז געגאנגען לענגויס דעם שליאך מיט דער געדרייטער סטעזשקע. ער איז מעקאנע געווען די פעסטע, פארברוינטע סאָלדאטן, וועלכע האָבן געײַלט צום דניעפּער. ער האָט זיך דערמאָנט יענעם שווערן זומער פון איין-אוז-פערציקסטן, די שרעקלעכע ועגן, איבער וועלכע עס זײַנען געהאנגען טשאטעס פאשיסטישע באָמבארדירער. וי האָבן דעמלט געטרוימט די סאָלדאטן, דאָס זאָל זיך ענדיקן און עס זאָל זיך אָנהײיבן דער גרויסער צוריק- מארש! און אָט איז די צײַט געקומען. װי גליקלעך װאָלט סימאָן זיך געפילט איצט, ווען ער קאָן גיין צוזאמען מיט די סאָלדאטן אהין, אף מײַרעװ! איצט האַט ער געשטרעבט װאָס גיכער זיך דערקלײַבן צו זײַן היים, זיך עפּעס-װאָס דערוויסן װועגן די עלטערן, װועגן וואנדען, וועגן זײַנע בילדער, צי איז עפּעס-װאָס געראטעװעט געװאָרן פון די הענקער? אָבער װי ער האָט זיך ניט געסטארעט גיין שנעלער, האָט עס ניט געהאָלפן. די װוּנדן האָבן מיט יעדער טראָט געלאָזט הערן וועגן זיך. עס האָט זיך באוויזן א לאסטמאשין, אף וועלכער עס זײַנען געזעסן עטלעכע אוטאָמאטלער. זי האָט זיך אָפּגעשטעלט, און דער שאָפער האָט אויסגע- שריגן פון דער צעעפנטער קאבינע:
-- היי, פּאפּאשא, מיט אזא טעמפּ װעסטו קיין בערלין ניט דערגיין! זעץ זיך אוף.
צוויי בראווע כעוורע זײַנען אראָפּגעשפּרונגען פונעם קוזאָוו, געהאָלפן דעם , פּאפּאשא" ארופקריכן, און די מאשין האָט זיך שנעלער געלאָזט צו דער פּערעפּראװע.
אין א האלבער שאָ ארום איז מען שוין געווען באם דניעפּער. אָן א צאָל מאשינעס, הארמאטן, טאנקען, סאָלדאטן זײַנען געשטאנען, ווארטנדיק, ביז מע װעט זיך קאַנען ארי- בערקלײַבן מיט דער פּאַנטאָן-בריק,
סימאָן איז אראָפּגעקראָכן פון דער מאשין, צוגעקומען צום טײַך, און, פארשטאנען, אז ניט אזוי גיך װעט קומען די ריי פאר , זײַן' לאסטמאשין, באשטימט זיך אליין אריבערקלײַבן.
דאָ און דאָרט זײַנען געשטאנען פארפּאליעטע מיידלעך מיט אװטאָמאטן אף די ברוסטן, מיט פענדלעך אין די הענט און רעגולירט די באוועגונג בא דער פּערעפּראװע.
סימאָן איז עטלעכע מינוט געשטאנען, שפּירנדיק, װי די מיידלעך רעגולירן די באווע- גונג, שמײַסן אָפּ די פליגל די פריילעכע סאָלדאטן, וועלכע פּרוּוון זיך פארטשעפּען די מייד- לעך מיט א וויץ, און באשטימט אױספּרווון דאָס מאזל, עפשער װעט ער גיכער קענען ארי- בערגיין אף יענער זײַט.
די מיידלעך האָבן נאָך פונדערװײַטנס דערזען דעם פארווונדעטן סאָלדאט מיטן שטעקל אין די הענט, אים צוגעפירט צו דער בריק אויסער דער ריי. ער האָט פאָרזיכטיק געשפּאנט, אָנשפּארנדיק זיך אף זײַן שטעקן, און מיט פארטײַעטן אָטעם זיך ארומגעקוקט אין אלע זײַטן, וי ער זאָל דאָ זײַן דאָס ערשטע מאָל אין לעבן. דערגרייכט דעם צווייטן ברעג, האָט ער זיך אָנגעהויבן אופהייבן ארוף מיט דער פּעטראָװוסקער אלייע, װאָס האָט געפירט צום צען- טער פון דער שטאָט. עס האָבן זיך דאָ גראָד אָפּגעשטעלט אייניקע מאשינעס און מע האָט ווידער פאָרגעלייגט דעם , פּאפּאשא" אונטערפאָרן, נאָר ער האָט העפלעך אָפּגעדאנקט. ניש- קאָשע, ער װעט זיך פּאמעלעך דורכגיין. אזויפיל כאדאָשים געטרוימט גיין איבער דעם װעג! פון ביידע זײַטן האָבן גערוישט די אלטע דעמבעס און קליאָנען. עס זײַנען אלץ געפאלן צו די פיס געלע, פארטריקנטע בלעטער.
אין שטאָט איז ער געקומען, ווען עס איז שוין געווען גרויסער טאָג. דאָס הארץ איז פארקלעמט געװאָרן, ווען ער האָט דערזען דעם קרעשטשאטיק אין שרעקלעכע רױַנעס. צוישן די שטיינער, צעוואלגערטע הײַזער האָט זיך געצויגן א געדרייטע סטעזשקע, א פאר- וואקסענע מיט דערנער. הויכע װילדגראָזן זײַנען געשטאנען, באדעקטע מיט געדיכטן שטויב. ארום איז געווען פּוסט. ער האָט זיך צוגעזעצט אף א הורבע שטיינער און ניט געפילט, װי איבער זײַנע פארוואקסענע אײַנגעפאלענע באקן האָבן זיך געקײַקלט טרערן.
17
שווער געווען דאָס אלץ זען... און ער האָט פארקערעוועט אראָפּ, צו פּאָדאָל. דאָס הויז, װוּ ער האָט מיט א סאך יאָר צוריק זיך באגעגנט מיט שאמאנסקין און מיט דער אומפארגע- סלעכער זינען, איז געשטאנען פארוויסט מיט אויסגעזעצטע שויבן און צעהאקטע טירן. ער- געץ פונדאנען האָט ער זיך אין יענעם װײַטן זומער נײַנצנטן יאָר אװעקגעלאָזט קיין טרי- פּאָליע...
סימאָן איז צוגעגאנגען צום האפן, פונוואנען צענדליקער שיפן פלעגן אמאָל גיין אראָפּ און ארוף. שטענדיק איז דאָ געװען ראשיק, פריילעך. איצט איז דער האפן געווען אינגאנצן רויַנירט, אופגעריסן. בלויז פונעם וואסער האָבן ארויסגעקוקט עטלעכע דערטרונקענע שיפן.
ער האָט עמעצן געזוכט, געװאָלט אויספרעגן, װאָס איז דאָ געווען, נאָר קיינעם נאָענט ארום ניט געזען. בלויז אין איין הויפל איז געזעסן אן אלטיטשקער, גראָװער מענטש אָן א היטל, מיט א צעשויבערטן גראָװן קאָפּ האָר. סימאָן האָט זיך דערפרייט מיט דעם אומבאקאנטן זאָקן, איז צוגעגאנגען צו אים און אראָפּגענומען די פּילאָטקע, שטומערהייט זיך געגריסט, פּונקט אזוי זיך צוגעזעצט לעבן אים, ארויסגענומען דאָס טאָרבעלע מאכאָרקע, פארדרייט א ציגאר און מעכאבעד געווען דעם אלטן.
-- זיידע, הא, זיידע, װוּ זײַנען אלע אײַנװױנער? װוּ זײַנען די מענטשן אהינגעקומען?
דער אלטער האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און א װײַז געטאָן אף דעם בערגל, װאָס איז געבליבן אָנשטאָט זײַן שטיבל, א מאך געטאָן מיט דער האנט:
-- װאָס פרעגסטו, זינו? מע קאָן דען איבערגעבן, װאָס מיר האָבן דאָ איבערגעלעבט?
דער אלטער האָט זיך טיף פארצויגן מיטן הארבן רויך פון ציגאר און זיך פארהוסט.
-- די מענטשן, פרעגסטו, װוּ זײַנען? װאָס זשע, האָסט ניט געהערט װעגן באבי יאר און דארניצער וואלד? זיי זײַנען געװאָרן קװאָרים פון הונדערטער טויזנטער... און מיר אלע... העכער צוויי יאָר צװישן לעבן און טויט. ביסט ארויסגעגאנגען אין גאס זוכן א שטיקל ברויט, און האָסט ניט געװוּסט, צי װעסטו זיך אומקערן א לעבעדיקער. איך האָב ניט געטראכט, אז איך װעל דערלעבן צו דער צײַט, װען איר װעט זיך אומקערן. דאָ איז מען אומגעקומען פון הונגער און קעלט. און ווען די פאשיסטן האָבן דערפילט זייער נאָענטן פּאָהיבעל, האָט די געסטאפּאַ באפוילן אלעמען פארלאָזן די שטאָט און זיך לאָזן אהין, אף מײַרעו... װער עס װעט ניט אויספילן זייער באפעל, װעט דערשאָסן ווערן אפן אָרט. די גאזלאָנים מיט זייערע הינט זײַנען אװועק פון הויף צו הויף. װעמען זיי האָבן געטראָפן אין שטוב, האָבן זיי אפן אָרט צעשאָסן... איך מיט מײַן דוניען מיט די דרײַ אייניקלעך האָבן זיך פארקליבן אין קעלער. אויב אומקומען, איז בא זיך אין הויף. שפּעט באנאכט, וען מיר האָבן געמיינט, אז אלע דײַטשן זײַנען שוין אנטלאָפן פון דער שטאָט, איז געקומען אהער דער פּאטרול. זייערע הינט האָבן דערשמעקט, אז אין קעלער באהאלטן זיך מענטשן. איך בין דאָרטן געזעסן מיט מײַן מישפּאַכע און נאָך עטלעכע אונדזערע שכיינים. מע האָט אונדז ארױיסגעשלעפּט פון אונדזער באהעלטעניש, געשטעלט צו דער וואנט און פון די אװטאָמאטן אָנגעהױבן שיסן. לעבן דער וואנט איז געווען א לאָך, און איך האָב זיך אריבערגעקליבן אין שכיינישן הויף, זיך פארשטעקט אין א מיסטקאסטן און לויט א נעס זיך געראטעוועט. נאָר צוליב װאָס אזא לעבן, אז מײַן אלטע, די אייניקלעך און אלע שכיינים זײַנען דערשאָסן געװאָרן...
איבער די אײַנגעפאלענע באקן פונעם אלטן, איבער זײַן גראָװער באָרד האָבן זיך געקײַקלט טרערן.
-- דאָס איז געווען א שטראָף פון גאָט. אזויפיל מענטשן פארשניטן געװאָרן!.. -- האָט ער פאָר געזעצט.-- איך װאָלט זיך שוין לאנג ארײַנגעװאָרפן אין טײַך. נאָר איך לעב. איך זיץ דאָ און קוק ארויס אף מײַן זון, וואסיען. ער איז דעם ערשטן טאָג פון דער מילכאָמע אוועק מיט די קאָמסאַמאַלצעס אפן פראַנט. עפשער לעבט ער נאָך. אָט דאָרט, אף יענעם געסל, האָבן זיך צוויי כעוורע אומגעקערט פון דער מילכאָמע. עמעס, קאליקעס... מע האָט געמיינט, אז זיי זײַנען שוין אף דער וועלט נישטאָ... אָט דאָס ווארט איך. עפשער װעט זיך אויך מײַנער אומקערן...
-- געוויס װעט ער זיך אומקערן... -- האָט סימאָן פארזיכערט, זיך שווער אופגעהויבן און זיך געלאָזט צו דער װײַטער פאָרשטאָט, װוּ עס איז געווען זײַן היים.
-- היי, סאָלדאט, און דו ביסט א היגער? -- האָט דער אלטער אים נאָכגעשריגן.
-- א היגער, א היגער, זיידעניו... -- האָט ער אָפּגעענטפערט און זיך געלאָזט װײַטער אין זײַן וועג.
ביז ער האָט זיך דערשלעפּט צו זײַן אייגענעם ווינקל, האָט דער הארבסטיקער טאָג זיך אוסגעלאַשן. ארום איז געװאָרן שטארק פינצטער, און עס האָט װידער גענומען גיסן דאָס קאלטע רעגנדל. די פּוסטע שטיבלעך מיט צעעפנטע טירן און פענצטער און אויסגעהאקטע
15
שויבן האָבן אָנגעװאָרפן א גרויל. קיין לעבעדיקע באשעפעניש! קיין איין פײַערל אין די פענצטער!
מיט א שטארקן הארץ-צאפּל האָט סימאָן זיך דערנעענטערט צום געסל, װוּ אפן קרומען בערגל האָט ער דערזען וואנדע טוראָווסקעס האלב צעוואלגערט שטיבל מיט די אויסגע- זעצטע טאפליעס און אײַנגעפאלענעם דאך. דאָס הארץ איז פארקלעמט געװאָרן. ביז ויי- טעק אין די אויגן האָט ער זיך ארומגעקוקט אפן פארוויסטן ארום און דערזען זיך וואלגערן דײַטשישע קאסקעס, הילזעס פון פּאטראָנעס, שמאטעס, פערדיש מיסט, א פּאָר קויטיקע פּי- לאָטקעס. אפּאָנעם, אז דאָ זײַנען ניט לאנג צוריק געשטאנען דײַטשישע אָבאָזניקעס און אין שטוב זײַנען געשטאנען פערד. ער איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב. גענומען א צײַטונג, זי אָנגעצונדן און אָנגעהויבן באטראכטן די הוילע ווענט. דער בליק האָט זיך אָפּנעשטעלט אפן ווינקל, װאָס לעבן דער אײַנגעפאלענער הרובע. ער האָט באמערקט בוכשטאבן, זעט אויס, אָנגעשריבענע מיט בלוט. דאָס הארץ האָט א צאפּל געטאָן. ער האָט אָנגעצונדן נאָך א צײַטונג און אראָפּגעלאָזט זיך אף די קני. ער האָט קוים פאנאנדערגעקליבן און צונויפגעלייגט די צעװאָרפענע בוכשטאבן אין גאנצע ווערטער: , סימאָן... דאָװיד... מענטשן... נעמט נעקאַמע פאר אונדזער בלוט. וואנדע... זעלדע... מיר שטארבן...".. ער איז צוגעפאלן צו דער ואנט און זיך צעוויינט אפן פולן קאָל.
אין דער מינוט האָט ער א טראכט געטאָן, אז בעסער װאָלט ער בלינד געװאָרן, איידער ער האָט דערזען דעם אופשריפט. ער האָט א שלײַדער געטאָן די ברענענדיקע צײַטונג, װאָס האָט געבריט זײַנע פינגער, און א דערשיטערטער א טראכט געטאָן: ,ויאזוי האָבן זיי בא- וויזן דאָס אָנשרײַבן פארן טויט?"
דעם האלדז האָט צונויפגעפּרעסט א ביטערער קנויל. סימאַן איז געזעסן װוי פארגלי- ווערט, געװוענדט דעם בליק אפן ווינקל פון דער וואנט, װוּ ער האָט קוים אָנגעזען די בום- שטאבן. ער האָט געפילט א מיירעדיקע מידקײַט און געפּרוּװוט א דרעמל טאָן, נאָר די קעלט, דער ווינט, װאָס האָט געבלאַזן דורך די אויסגעהאקטע שויבן, האָבן ניט געלאָזט אײַנשלאָפן.
אֹ צעבראַכענער, א דערשלאָגענער, האָט סימאָן זיך אופגעהויבן פונעם דיל און ארויס- געגאנגען אף דער גאס. ערגעץ װײַט-װײַט פון יענער זײַט דניעפּער האָט זיך קוים דורכגע- שלאָגן א שנירעלע פונעם באגינען. סימאָן האָט זיך אװעקגעשלעפּט מיט די קרומע געסלעך ארוף צו דער שטאָט, װוּ עס איז געווען זײַן דירע, זײַן ווארשטאט, זײַנע בילדער. געווען... און איצט?
פונעם דניעפּער האָט געבלאָזן א קאלטער ווינט, דורכגענומען אף דורך און דורך. פון צאָפן האָבן זיך אָנגערוקט שווארצע װאָלקנס, װאָס האָבן פארדעקט א האלבן הימל. דער רעגן האָט זיך פארשטארקט. דערנאָך האָט אָנגעהױבן שיטן א שניי. די ערד איז געװאָרן װײַס און גליטשיק. טיפער אָנגערוקט די פּילאָטקע אפן שטערן און אופגעהויבן דעם קאַל- נער, האָט סימאָן זיך געדראפּעט ארוף בארג. עס האָט זיך אים געװאָלט װאָס גיכער דער- קלײַבן זיך צו זײַן דירע, כאָטש דאָס הארץ האָט אים געזאָגט, אז ער האָט שוין ניט װאָס צו אײַלן אהין..
קעדיי פארקירצן דעם וװעג, איז ער אװעק מיט די גערטנער, מיט די פּוסטע הויפן. װאָס העכער ער האָט זיך אופגעהויבן, אלץ שטארקער האָט אים דורכגענומען דער וינט, געשמיסן אין פּאָנעם. פארטאָן אין זײַנע טרויעריקע געדאנקען, האָט ער די קעלט ניט גע- פילט. די פאָרשטאָט האָט אויסגעזען אינגאנצן א פארלאָזטע. מיט טוט האָט געווייעט פון אלע זײַטן,
שוין עטלעכע טעג, װי די שטאָט איז געווען באפרײַט פונעם סוינע. פּאמעלעך, מיט העכסטער פאָרזיכטיקײַט האָבן זיך אָנגעהויבן אומקערן די, וועלכע האָבן אויסגעמיטן דעם טויט. פון מאָל צו מאָל זײַנען נאָך אהער אָנגעפלויגן די דײַטשישע אעראָפּלאנען און גע- שאָטן באָמבעס אף דער פּוסטער שטאָט. עס האָבן זיך נאָך אהער דערטראָגן די קנאלן פון הארמאטן,
אפן בארג האָט סימאָן זיך אָפּגעשטעלט איבערכאפּן דעם אָטעם. אים האָט פארפאָלגט דער שטארקער גערוך פון געברענטע ביינער, און פאר די אויגן זײַנען אופגעקומען קרו- טשעס. פונוואנען האָבן זיי זיך אהער גענומען? דאָס הארץ האָט מוירעדיק א פּרעס געטאַן. דאָס איז דאָך דער באבי יאר! אָט איז ער -- דער שרעקלעכער קייווער פון צענדליקער טויזנ- טער אומשולדיקע מענטשן... אים האָט זיך געדאכט, אז אין דער ארומיקער טויטער שטיל- קײַט דערטראָגט זיך צו זײַנע אויערן דאָס געוויין פון מאמעס און קינדער, די געשרייען פון די פארמישפּעטע, די קלאָלעס, קרעכצן און טפילעס פון אומשולדיקע קאָרבאַנעס...
19
א קעלט האָט ארומגעכאפּט סימאָנס לײַב. ער איז צוגעגאנגען צום סאמע ראנד פונעם טיפן, אויסגעװייקטן פונעם רעגן און שניי יאר. דער ווינט האָט אים געוואלגערט פון די פיס, און אים האָט זיך געדאכט, אז אָט באלד פאלט ער אום. נאָר ער האָט אנטשיידן געשפּאנט ארוף, אהין, צום שרעקלעכן וועלדל.
דער הימל איבערן קאָפּ איז געווען פארצויגן מ'ט א בלײַענעם צודעק. דאָס אײַנגע- געסענע רעגנדל איז אָט געװאָרן שטילער, אָט זיך װוידער צעוויינט איבערן יאר.
דאָ און דאָרט האָבן זיך געוואלגערט קינדערשע שפּילעכלעך, צעמאזיקטע וויגעלעך, צעטראַטענע ברילן, צעקוועטשטע היטעלעך, צעפליקטע ספאָרים...
סימאָן האָט זיך אָפּנעשטעלט אפן סאמע ראנד פון דעם שרעקלעכן אָפּגרונט. פון דאָרטן האַבן זיך ארויסגעזען מענטשלעכע שארבנס, ביינער פון געוועזענע הענט, געוועזענע פיס, געוועזענע לעבנס.
סימאָן האָט געפילט, אז ער האָט ניט מיט װאָס צו אָטעמען. דער קאָפּ האָט מוירעדיק וויי געטאָן. אים האָט זיך געדוכט, אז אויב ער װעט שטיין בא דעם יאר כאָטש נאָך עטלעכע מינוט, װעט דאָס הארץ צעריסן וװערן. נאָך האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז אויב ער װעט ניט אָפּטרעטן פון דעם אָפּגרונט, װעט ער זיך אליין אראָפּקײַקלען אהין.
צונויפגענומען די לעצטע קויכעס, האָט סימאָן זיך געלאָזט לענגויס דעם אָפּגרונט. אלעמאָל האָט ער זיך פארטשעפּעט פאר א בערגל פארזשאווערטע פּאטראָן-הילזעס, צעטאָפּ- טשעטע קינדערשע שפּילעכלעך, פּראָטעזן... ער איז געגאנגען און אים איז שװװער געווען באגרײַפן: ויאזוי האָט די װועלט דאָס געקאָנט צוזען און שװײַגן? און װי קאָן מען לעבן, ווען די פארברעכער זײַנען נאָך ניט באשטראָפט, לעבן נאָך און זעצן פאָר הארגענען, רויבן אומשולדיקע מענטשן? איז דען פאראן איצט א מער הייליקער כויוו, וי אָפּװישן פון דער ערד די פאשיסטישע מאגייפע?
א דורכגעווייקטער מיטן רעגן, אן אויסגעשמיסענער מיטן האסטיקן וװוינט, האָט ער זיך געשלעפּט אין דער ריכטונג פון דער שטאָט, ניט פילנדיק, װי טרערן קײַקלען זיך איבער זײַנע פארוואקסענע באקן, ניט װיסנדיק, אז אין דער שאָ האָבן נײַע טיפע קנייטשן איבער- געשניטן זײַן שטערן, אז אף זײַנע שלייפן זײַנען צוגעקומען נײַע גראָװע האָר.
די גאסן פון דער פאָרשטאָט זײַנען עטװאָס אופגעלעבט געװאָרן: דאָ און דאָרט האָבן זיך באוויזן מענטשן. אנטקעגן סימאָנען האָבן זיך געשלעפּט פרויען מיט קינדער -- אויסגע- מוטשעטע, הונגעריקע, דערשראָקענע. אף די פּלײיצעס און װעגעלעך האָבן זי געשלעפּט דאָס ביסל האָב-און-גוטס, װאָס מע האָט באוויזן פארכאפּן, ווען די דײַטשן האָבן ארויסגע- טריבן פאר זייער אָפּטרעטן די קיעווער באפעלקערונג.
פון מאָל צו מאָל האָבן זי אָפּנעשטעלט דעם פארומערטן סאָלדאט און זיך נאָכגעפרעגט בא אים, צי װעלן זיך װוידער ניט ארײַנרײַסן אהער די טאליאָנים. מע האָט מיט שרעק זיך אײַנגעהערט אינעם װײַטן קנאלן פון די הארמאטן. מע האָט דעם סאָלדאט דערציילט, װי- אזוי די הענקער האָבן געטריבן אף מײַרעװ טויזנטער קיעװער אײַנװױנער און ויאזוי זי האָבן צעשאָסן די, וועלכע האָבן זיך ניט געקאָנט באוועגן. די קאנאוועס און גריבער פון קיִעוו ביז פאסטאָוו זײַנען געווען פארוואלגערט מיט דערשאָסענע זקיינים, פרויען און קינדער...
װאָס האָט ער געקאַנט זאָגן די מענטשן? װי האָט ער זיי געקאָנט בארויקן? ער אליין האָט ניט געװוּסט אף װאָס פאר א וועלט ער געפינט זיך. ער האָט איצט געטרוימט זיך דער- שלעפּן צו זײַן דירע. א ביסל קומען צו-זיך, זיך אויסשלאָפן נאָכן שווערן וועג.
אָט איז ער צוגעקומען צום קרייצוועג און זיך אָפּגעשטעלט איבערכאפּן דעם אָטעם. דאָ האָט ער זיך דערמאָנט, אז ניט װײַט, אינעם זײַטיקן טויבן געסל, איז געשטאנען דאָס שטיבל פון זײַן אמאָליקן גוטנפרײַנט, מיט װועלכן ער האָט צוזאמען געארבעט אין אינסטי- טוט, -- דעם אלטן קינסטלער אנטאָן וואלענטינאָוויטש שולייקאַ. עס האָט אים א צי געטאָן צו יענעם הארציקן מענטשן, מיט וועלכן ער איז געווען פאר דער מילכאָמע אזוי באפרײַנ- דעט און פאר וועלכן ער װאָלט איצט געקאָנט אויסגיסן זײַן ביטער הארץ. צי לעבט ער, דער אלטער בארימטער קינסטלער?
סימאַן האָט פארקערעװעט צו יענעם געסל. דאָס הארץ האָט אומרויִק גענומען קלאפּן, ווען ער האָט דערזען אינעם פארלאָזטן סעדל דאָס באקאנטע הילצערנע הויז מיטן מעזאָנין, די אלטע אָנגעכמורעטע עפּלביימער. וויפל מאָל איז ער דאָ, אונטער די ביימער, געזעסן מיט זײַן הארציקן פרײַנט, געשפּילט א שאָך, גערעדט װעגן קונסט, זיך געאמפּערט, פּאָשעט - פארבראכט! דאָס הויז איז געווען אין אייניקע ערטער דורכגעלעכערט מיט שפּליטערס, די פענצטער פארשטעלט מיט פארזשאװוערטן בלעך, די וועראנדע צעמאזיקט. מיט פּוסטקײַט
0
האָט געווייעט פונעם הויז, און סימאָן האָט פארקערעװועט צוריק, מיינענדיק, אז קיין לעבע- דיקער נעפעש איז דאָ ניט געבליבן. נאָר מיטאמאָל האָט סימאָן דערזען, וי פונעם קוימען האָט זיך באוויזן א רויכל. צי דען װוינט עמעצער אין דעם האלב-רויִנירטן הויז?
סימאָן איז צוגעגאנגען צו דער טיר, פאָרזיכטיק אָנגעקלאפּט. קיינער האָט ניט געענט- פערט. עפשער האָט זיך אים פּאָשעט אויסגעוויזן, אז עס גייט א רויך פונעם קוימען? ער איז אָפּגעטראָטן פון דער שװועל, זיך ארומגעקוקט און דערנאָך שטארקער אָנגעקלאפּט.
ערשט איצט האָט ער דערהערט טריט, א שטארקן הוסט און א שוואכע, הייזעריקלעכע שטים:
-- װער איז דאָרט?
-- אנטשולדיקט... דאָ האָט פאר דער מילכאָמע געװוינט דער קינסטלער שוליקאָ.. איר װעט ניט זאָגן, װאָס איז מיט אים? װוּ איז ער?..
די טיר האָט זיך פאָרזיכטיק געעפנט, און סימאָן האָט דערזען א הויכן, דארן עטװאָס אײַנגעהױקערטן אלטיטשקן אין טונקעלע ברילן מיט א לענגלעך, שטארק פארוואקסן פֹּאַ- נעם, מיט לאנגע צעשויבערטע גראָװע האָר, אין אן אלטן אויסגעשמירטן מיט פארב צערי- סענעם וואטניק. א פּאכעד איז באפאלן סימאָנען. צי דען איז דאָס דער פּראָפעסאָר שולייקאָ? יענער איידעלער מענטש, װאָס איז שטענדיק געווען אױיסגעפּוצט און אפילע בא זיך אין ווארשטאט געטראָגן א ציכטיק-װײַס העמדל מיט א שניפּס?
-- מײַן גאָט! -- האָט יענער קוים ארויסגעבראכט, אראָפּגענומען די ברילן און זיך אײַנגעקוקט מיט זײַנע קורצזיכטיקע אויגן אף דעם אומדערווארטן גאסט, -- מײַן גאָט.. דאָס ביסטו, סימאָן? סימאָן מארקוס? פון הײַנט אָן הייב איך אָן גלייבן אין ניסים...
דער אלטער האָט זיך שטארק פארהוסט, זיך א כאפּ געטאָן מיט די אויסגעדארטע הענט פאר דער אײַנגעפאלענער ברוסט און עטלעכע רעגעס ניט געקאַנט כאפּן דעם אָטעם.
-- אזא טײַערער גאסט! װאָס זשע שטייסטו אף דער שװעל, קום ארײַן אין שטוב.. סארא גליק, װאָס איך זע דיך! דו לעבסט... און איך, װי דו זעסט, לעב נאָך... אלץ הייסט לעבן... קום ארײַן. טו זיך אויס. איך זע, ביסט איבערגעפרוירן, פארמאטערט... גראָװו גע- װאָרן...
21
סימאָן האָט נאָך אלץ זיך ניט גערירט פונעם אָרט. געקוקט און זיך ניט פאָרגעשטעלט, װי די צײַט ענדערט א מענטשן. צי דען איז דאָס יענער זעלבער שולייקאַ, יענער שטאלטנער מאנצבל, אין װעלכן עס זײַנען אמאָל געװען פארליבט אלע מיידלעך און פרויען פונעם אינסטיטוט?!
שולייקאָ האָט ארומגענומען סימאָנען, צוגעדריקט צו זיך, דרײַ מאָל זיך צעקושט מיט אים און ארײַנגעפירט אין דער האלב-פינצטערער, ניט באוווינטער שטוב, װאָס האָט שוין, זעט אויס, זייער לאנג קיין בעזעם ניט געזען.
-- װי גליקלעך, סימאָן, בין איך, װאָס איך זע דיך א לעבעדיקן! -- האָט שולייקאַ זיך ניט געקאָנט בארויקן, און איבער זײַנע אײַנגעפאלענע פארוואקסענע באקן זײַנען געפלאָסן טרערן. -- פיל זיך, װי בא זיך אין שטוב... כאָטש, װי דו זעסט, האָט איצט מײַן שטוב א שיינעם אויסזען...
ער האָט אים אוועקגעשטעלט א טאבורעטקע לעבן דער ,בורזשויקע", אלץ געװאָרפן אף אים פארווונדערטע בליקן, װי ער װאָלט נאָך אלץ ניט געגלייבט, אז דאָס איז טאקע יענער זעלבער סימאָן, מיט וועמענס בילדער ער איז געווען פארכאפּט.
-- באלד, באלד... איין װײַלע... איך װעל אופזידן א טשײַניקל טיי, װועסט זיך דער- ווארעמען און דערנאָך דערציילן, װוּ ביסטו געווען און פונוואנען גייסטו... נאָר קוק ניט אף מײַן הוילעך, קוק ניט אף מיר און אף דער קינסטלערישער אומאַרדענונג פון מײַן הויז..
ער איז צוגעגאנגען צום טישל, אראָפּגעשארט פון דעם א בערגל אָנגעשניטענע שטע- קעלעך.
-- סארא גליק, װאָס דו ביסט געקומען... דו װייסט, ברודערל, װי איך בין רײַך? איך האָב באהאלטן א פלעשעלע סאמאָהאַנקע, געווארט, ביז עס װעט צו מיר קומען א גוטער- פרײַנט און מיר װעלן מיט אים אויסטרינקען. באלד װעלן מיר אָפּמערקן אונדזער ערשטע באגעגעניש נאָכן שרעקלעכן מאבל... דו װייסט, איך האָב זיך שוין לאנג ניט צוגעזעצט צום מאָלבערט... װועסטו פרעגן, פון װאָס האָב איך געלעבט? איך האָב זיך אויסגעלערנט מאכן שוועבעלעך, אין מײַנע א שכיינע, נאדיע, האָט זיי געטראָגן אין מארק פארקויפן. דאָס האָט זי טאקע אויסגעביטן מײַנע שוועבעלעך אף א פלעשל סאמאַהאַנקע.
ער האָט אוועקגעשטעלט אפן טישל צװויי קווערטלעך, ארויסגענומען פון טישקעסטל א פּאָר סעכערעס, א ציבעלע, זיך צוגעזעצט לעבן זײַן גאסט, אלץ ניט גלייבנדיק, אז סימאָן האָט זיך אומגעקערט א לעבעדיקער.
-- נו, מײַן טײַערער, לאָמיר אויסטרינקען פאר אונדזער באגעגעניש, פאר דעם, װאָס מיר האָבן איבערגעלעבט אָט דעם שוידער. איך קאָן דיר ניט איבערגעבן, װי איך בין גליק- לעך מיט דײַן קומען. יאָ, און איך האָב זיך אויך אומגעקערט פון יענער-וועלט. לוט א נעס לעבן געבליבן...
זי האָבן אויסגעטרונקען, פארביסן, און שולייקאַ האָט װוידער זיך צערעדט:
-- נו, מײַן פרײַנט, קוקסט אלץ אף מיר? דערקענסט מיך נאָך אלץ ניט? קיינער דער- קענט מיך ניט. און איך אליין דערקען זיך ניט.. דו דארפסט וויסן, װי מע קאָן אויסזען נאָך דעם, װי מע איז עטלעכע כאדאַשים, קימאט א יאָר געװען אין די הענט פון געסטא- פּאָ... מע האָט מיר דאָרטן צעבראָכן דרײַ ריפּן, אָפּגעשלאָגן די לונגען, די לעבער, געשאָסן איבער מײַן קאָפּ. נאָר שטארבן ניט געלאָזט. די געסטאפּאָוװוצעס האָבן ליב זען מענטשלעכע ליידן. זי האָבן גרויס פארגעניגן צו זען, װי מענטשן מוטשען זיך פארן טויט...
שולייקאָ האָט, זעט אויס, שוין לאנג ניט אױסגעגאָסן זײַן ביטער הארץ פאר א מענטשן. איצט האָט ער געװאָלט זיך אויסריידן. אָנגעגאָסן אין די קווערטלעך דאָס רעשט מאשקע, האָט ער זיך שטארק פארהוסט און זיך געכאפּט פאר דער אײַנגעפאלענער ברוסט.
-- נישקאָשע, דאָס װעט איבערגיין... -- האָט ער בארויִקט סימאַנען.
ארײַנגערוקט א שײַטל האָלץ אין דעם אייוועלע, האָט ער װוידער גענומען דערציילן;
-- אוי, דער הוסט װעט מיך אינגאנצן פארמוטשען.. דיר דערציילן מײַן אָדיסײע װאָלט מען געדארפט אָפּזיצן דרײַ טעג און דרײַ נעכט... טאקע א נעס, װאָס איך לעב נאָך אף דער ועלט. ווען די פאשיסטן האָבן זיך דורכגעריסן צו קיעוו, האָבן מיר געפּרווט עווא- קויָרן די באלעבאטישקײַט פונעם אינסטיטוט... אין װעג האַט מען צעבאָמבירט דעם עשע- לאָן, איבערגעשניטן דעם וועג און מיר זײַנען געבליבן אין קלעם. ניט אהין, ניט אהער. מיט גרויסע צאָרעס, צופוס זיך אומגעקערט אהער. פון אלץ איז געװאָרן א כורבן. איך האָב זיך אויסבאהאלטן װוּ עס האָט זיך געמאכט. דאָ ניט װײַט האָבן געװוינט צוויי הארציקע שכיי- נימלעך. זי האָבן פארן קריג געדינט אפן ספּירט-זאװאָד. עמעסע הינט. װי נאָר די דײַטשן זײַנען ארײַן, האָט דאָס פּאָרל אָנגעטאָן אף די ארבל װײַסע בענדלעך און גענומען ווילדע-
22
ווען. ניט איבערצוגעבן, װאָס זי האָבן דאָ אופגעטאָן. אין א צײַט ארום האָבן זיי זיך ארײַג- געריסן צו מיר אין שטוב. זייערע באלעבאטים האָבן זי צו מיר געשיקט מיט א שליכעס. װאָס איז? דו, אנטאָן וואלענטינאָװויטש שולייקאָ, -- זאָגן זײ, -- ביסט געווען בא די רויטע א פארדינסטפולער מענטש, הייסט עס, א נאראָדנע קינסטלער. די סאָװעטן האָבן דיך שטארק געשעצט, געגעבן נאגראדעס. אָבער די נײַע ולאסט האָט פון דײַן זײַט ניט קיין שום נוץ. דו זיצסט און קוקסט געוויס ארויס, די סאָװעטן זאָלן זיך אומקערן?.. טאָ פארגעדענק, אז דו ביסט בא אונדז אין צעטל. און מיר װעלן גיך מאכן פון דיר א קאָטלעט. אין דאָך האָבן מיר אף דיר ראכמאָנעס און ווילן דיך ראטעווען פונעם טויט.
-- אלץ פארשטאנען... -- רוף איך זיך אָן צו מײַנע רעטער. -- װאָס זשע, זײַט איר געקומען מיך ארעסטירן? און װיאזוי װעט איר מיך ראטעווען פונעם טויט? עפשער, זאָג איך, װעט איר מיר אַנטאָן אפן ארבל אזא װײַסע שמאטע, װי בא אײַך, מיר געבן א קארא- בין אין די הענט? גאָט באהיט! -- שרײַען זי אויס. -- עס איז פאראן אן אנדער מיטל, װי- אזוי דו זאָלסט אָפּװישן פון זיך דעם באָלשעװיסטישן שמוץ. דו, זאָגן זיי, ביסט א בארימטער קינסטלער. דאָס גאנצע לאנד קען דיך גוט לוט דײַנע בילדער, און קעדיי זאָלסט געפעלן ווערן דער נײַער אַרדענונג, דארפסטו פאר איר אָנשרײַבן א פּאַר גוטע בילדער. לעמאַשל. - ,קיִעװוער אײַנװױנער באגעגענען מיט ברויט און זאלץ די באפרײַער". נו, װי שיינע מיידלעך אין אוקראינישע קליידער טראָגן אונטער די דײַטשן בלומען. אָדער בעסער װאָלט געווען, ווען דו מאָלסט אָן היטלערס פּאַרטרעט. מיר װאָלטן אים אָפּגעפירט קיין בערלין און אין דײַן נאָמען אונטערגעטראָגן דעם פיורער א מאטאַנע.
איך הער זיך אײַן אין די ווערטער פון די עקלדיקע שלענג, װאָס האָבן פארקויפט זייערע נעשאָמעלעך די פאשיסטן און טראכט: מיט װאָס פאר א פארגעניגן װאַלט איך זי מיט מײַנע הענט דערשטיקט! און זי קוקן אף מיר מיט זייערע שיקערע אויגן און ווארטן אף מײַן ענטפער. רוף איך זיך אָן צו זי: ,מײַנע טײַערע רעטער, א דאנק אײַך פאר דער אופמערקזאמקײַט צו מיר... איך בין מיט אײַער פאָרשלאָג מאסקים. עמעס, װעגן אונטער- טראָגן די דײַטשן בלומען װייס איך ניט, נאָר אָט, אָנמאָלן אײַער פיורערס פּאַרטרעט. - דאָס קאָן איך מאכן.
דערהערט מײַנע װערטער, זײַנען זי אזש אונטערגעשפּרונגען פון פרייד. זיי האָבן זיך געװאָלט לאָזן לויפן צו זייערע באלעבאטים אָנזאָגן, אז זי האָבן אײַנגערעדט דעם קינסטלער אנטאָן שולייקאָ אָנמאָלן היטלערס פּאַרטרעט. נאָר איך האָב זיי אַפּגעשטעלט. קעדיי אַנמאַלן א פּאַרטרעט, דארף מען דאַך עפּעס האָבן צו דער ארבעט, זאָג איך זיי. אין דעם, ענטפערן זײי, װעט קיין מעניע ניט זײַן. מיר װעלן דיר אלץ ברענגען. זייער גוט, זאָג איך זיי. פארב, לײַװנט, פּענדזלען װעל איך אָפּזוכן.. װאָס זשע, הער שולייקאָ, זאָגן זיי, דארפן מיר אײַך ברענגען? קעדיי אָנמאָלן זײַן פּאָרטרעט, זאָג איך זיי, דארפט איר מיר ברענגען אהער היט- לערס קאַפּ... זאָלסטו געווען א קוק טאָן אף זייערע פּענעמער, סימאָן! אוב איך װעל זיך אומקערן צום מאָלבערט, װעל איך אומבאדינגט אָנשרײַבן אזעלכע פּענעמער פון פארעטער! זי האָבן אָנגעװױרן דאָס לאָשן און מיט רעציכע און זידלערײַען אנטלאָפן פון מײַן שטוב,
אינמיטן דער נאכט האָבן זיך צו מיר ארײַנגעריסן די געסטאפּאָווצעס, אויסגעדרייט די הענט, אָנגענעריקט ביז בלוט און אװעקגעשלעפּט אין טורמע, א האלב לעבעדיקן. נאָך מיר איז ארויסגעלאָפּן מיט א געיאָמער מײַן פרוי אנע וואסיליעוונא, די קינדערלער מישוטקע און שוראָטשקע, מע האָט זיך אײַנגעקלאמערט אין מײַן מאנטל, געװאַלט ארױסרײַסן פון די לאפּעס פון די הענקער, נאָר זיי האָבן אלע דרײַ טאקע דאָ אף דער שװעל צעשאָסן..
שולייקאָ איז אנשוויגן געװאָרן, אויסגעטרונקען דאָס רעשט סאמאָהאַנקע און, שווער אַפּגעזיפצט, א װיש געטאָן די פײַכטע אויגן.
-- דו שטעלסט זיך פּאָר, װאָס פילט א מענטש, װען ער דערזעט דערמאַרדעטע זײַן װײַב מיט די קינדער? ווען זי װאָלטן מיך אויך דערשאָסן, װאָלט מיר געווען גרינגער. נאָר מע האָט מיך אװעקגעשלעפּט אין זייער שרעקלעכן קעלער און גענומען קאטעווען. זי האָבן באשטימט מיך צווינגען אָנשרײַבן דעם פיורערס פּאַרטרעט, מע האָט מיך געמוטשעט לאנגע כאדאָשים, נאָר איך האָב באשטימט שטארבן, נאָר ניט אונטערגעבן זיך. קוים לעבעדיק האָט מען מיך ארויסגעשלײַדערט אף דער גאס, איך זאָל שטארבן פון הונגער. נאָר װי דו זעסט, לעב איך.
סימאָן איז געזעסן א דערשיטערטער און פארשטאנען, אז אָט דער אויסגעמאטערטער, צעבראָכענער און קראנקער מײַסטער ווארט, אז ער, סימאַן, זאָל אויך דערציילן, װוּ איז ער געווען און װאָס איז ער אויסגעשטאנען פאר די דאָזיקע שווערע יאָרן. נאָר סימאַן האָט בא זיך באשטימט: װעגן זיך גאָרנישט דערציילן. אים װעט ביכלאל זײַן מױירעדיק שווער
23
ארויסרעדן א װאָרט נאָך דעם, װאָס ער האָט נאָרװאָס אויסגעהערט און צוריק מיט א פּאָר שאָ געזען בא דעם באבי יאר...
סימאָן האָט זיך אופגעהויבן און גענומען אָנטאָן דעם שינעל. שולייקאָ האָט געפּרווט אים פארהאלטן:
-- װוּהין אײַלסטו, סימאָן, טײַערער? דו האָסט דאָך מיר נאָך גאָרניט דערציילט וועגן עי
-- איך װעל נאָך דערציילן, אנטאָן וואלענטינאָוויטש. אלץ װעל איך אײַך דערציילן, נאָר ניט איצט, לאָמיך עטװאָס קומען צו-זיך. איך האָב ערשט הײַנט גאנצפרי זיך דערקליבן אהער פון זייער װײַט.
און זיך געלאָזט צו דער טיר.
-- װוּהין זשע װועסטו איצט גיין? -- האָט ער אים פארשטעלט דעם וועג. -- זע, װאָס אין דרויסן טיט זיך! א שניי מיט א רעגן!
-- נישקאַשע, איך װעל גיין א קוק טאָן אף מײַן דירע, װאָס איז דאָרט געבליבן...
אנטאָן שולייקאָ האָט פאָרזיכטיק אראָפּגענומען די ברילן און נערוועז זיי אָנגעהויבן אויסװישן מיט דער פּאַלע פונעם העמדל,
-- אהין, סימאָן, האָסטו ניט װאָס צו גיין. נישטאָ שוין דײַן דירע... מע האָט מיר דער- ציילט, אז נאָךר דער שרעקלעכער האריגע אין באבי יאר האָבן די פאשיסטן דורכגעפירט גרויסע אַבלאװועס. און דאַרטן, אין דער דירע, װוּ דו האָסט געוווינט, האָבן די קאטן גע- טראַפן עפּעס אן אלטן מענטשן. ער האָט זיך געװאָרפן אף די הענקער מיט א מעסער, איין טאליען דערשטאָכן, און אליין אויך אומגעקומען. דעמלט האָבן די פאשיסטן באגאָסן די שטוב מיט בענזין און זי אונטערגעצונדן.
באמערקט, וי סימאָן איז דערציטערט געװאָרן, האָט ער אים געפּרווט בארויקן:
-- טו זיך אויס, טײַערער, פיל זיך, װי בא זיך אין דער היים. פּלאץ, װי דו זעסט, איז בא מיר אין דער פּוסטער שטוב גענוג. מירן װוינען דערװײַל צוזאמען. בא אונדז איז דאָך. איין גוירל..
דאָס פופצנטע קאפּיטל
אפּאַנעם, אז דאָס װערטל: ,מיט צאָרעס דארף מען איבערנעכטיקן" איז גילטיק פאר אלע צײַטן..
סימאָן מארקוס איז געווען דערמונטערט דערמיט, װאָס אין דער שװוערער שאָ, װען ער האָט געבעטן אף זיך דעם טויט, איז באנאנד געווען אָט דער הארציקער אלטער פרײַנט זײַנער, אנטאָן שולייקאָ, װאָס האָט געקאָנט אים טרייסטן און אומקערן צום לעבן.
סימאָן איז געבליבן װוינען בא זײַן אלטן פרײַנט, און דאָס האלב-כאָרעווע הילצערנע שטיבל אין דער געדיכטעניש פונעם פארװאָרלאָזטן סאָד איז אים געװאָרן נאָענט און טײַער. דעם אָרעמען פּאיאָק, װאָס ער האָט באקומען װי א פארווונדעטער זעלנער, האָט ער געטיילט אף צווייען.
דאָס קליינינקע אייוועלע האָט אויך געגעבן ווארעמקײַט אף צווייען. דאָס שטיקל ברויט און דאָס ביסל גרױפּן, װאָס סימאָן האָט באקומען, האָט װוידער געשפּײַזט ביידן. און װעגן קיין בעסער לעבן האָט מען דערװײַל ניט געטרוימט. סימאָן האָט געדאנקט זײַן גוירל, װאָס אף זײַן שווערן װעג שטייען די גאנצע צײַט הארציקע, גוטע מענטשן, וועלכע האלטן אים אונטער, לאָזן ניט פאלן.
סימאַן האָט געהאט באשטימט בא זיך, אז ער װעט זיך שוין קיינמאָל ניט זעצן צום מאָלבערט. נאָך דעם, װאָס ער האָט מיט זײַנע אויגן געזען און איבערגעלעבט, װעט ער שוין ניט קענען מאָלן. נאָר שולייקאָ האָט דאָס אָפּגעלײקנט. און װוען אין שטאָט האָט זיך אײַנגעשטעלט א שטיקל אָרדענונג, איז ער אװועק און געבראכט פארב, פּאפּיר, בלײַערס, און דאָס אלץ אונטערטראָגן זײַן פרײַנט. אין איינעם א פרימאָרגן האָט סימאָן זיך גענומען פאר דער ארבעט.
אין שטוב איז געװוען קאלט. דאָס אייוועלע האָט קוים געדעכעט. איז מען די גאנצע צײַט געווען אָנגעטאָן. סימאָן אין זײַן שינעל מיט דער פּילאָטקע איבער די אויערן, און שו- לייקאָ אין זײַן אָפּגעריבענעם אלטמאָדישן מאנטעלע מיטן צעקנייטשטן קאפּעליוש אפן גראָװון
244
קאָפּ. נעמען דעם בלײַער אָדער דאָס פּענדזל אין די פארפרוירענע הענט איז געווען אומעג- לעך. און דאָך... דער איקער איז געווען דאָס, װאָס מע איז בא זיך ניט געפאלן,
אומדערווארט איז געקומען דער װינטער. עס האָבן אָן אופהער געשאָטן שנייען און ס'האָט געדרייט די זאווערוכע, מע האָט געדארפט פארשטעקן אלע שפּאלטן און לעכער, מע זאָל יאקאָס קענען איבערשלאָפן די נאכט. מע האָט צונויפגענומען דאָס ביסל צעבראַכענע מעבל, אלץ, װאָס עס האָט זיך געלאָזט און צעהאקט אף הייצונג. ביידע האָבן געהאַפט, אז אויכ מע װעט איבערקומען דעם ווינטער און דערלעבן דעם פרילינג, װעט מען נאָך לאנג לעבן.
און ווען עס האָט זיך געדוכט, אז אָט-אָט װעט מען שוין ארויסבאגלייטן דעם ביטערן ווינטער מיט זײַנע פרעסט און זאווייען, ס'וועט װוערן ווארעם און מע װעט ניט דארפן האָבן צו טאַן מיטן אייוועלע, האָט סימאָן זיך צוגעקילט, באקומען א לונגען-אַָנצינדונג. שולייקאַ האָט אים אײַנגעװיקלט אין אלע שמאטעס, װאָס זײַנען געווען אין שטוב, און אָפּגעפירט אינעם שטאָטישן האָספּיטאל, װאָס איז געווען פארפולט מיט פארװונדעטע סאָלדאטן און אָפיצערן.
צום ערשטן מאָל פאר די לעצטע עטלעכע כאדאָשים האָט סימאַן זיך אָנגעווארעמט, געלעגן אין א געראמער פּאלאטע באנאנד מיט עטלעכע פארווונדעטע און קראנקע סאָלדאטן,
שולייקאָ האָט אים אָפּטלעך באזוכט, געבראכט פארשיידענע נײַס, אָנגעזאָגט די בסורע, אז אינגיכן װעט צעעפענען זײַנע טירן דער קינסטלערישער אינסטיטוט, און ער װעט ווידער אָנהײבן זײַן פּעדאגאָגישע טעטיקײַט. שולייקאָ האָט אים געבראכט נאָך א נײַס: אין אין- סטיטוט האָט מען זיך דערװוּסט, אז סימאָן מארקוס איז אין שטאָט און מע לאדט אים אײַן אף ארבעט, מע װעט אים פאָרלייגן א פּראָפּעסאָרישע וואקאנסיע, כאָטש ער איז קײינמאָל קיין פּראָפּעסאָר ניט געווען.
דער פאָרשלאָג איז פאר סימאַנען געװוען אומדערווארט, אים שטארק דערפרייט, נאָר ער האָט געזאָגט, אז איצט קאָן ער װעגן קיין ארבעט ניט טראכטן. די מילכאָמע האָט זיך נאָך ניט געענדיקט, און ער איז א סאָלדאט. וי נאָר ער װעט קומען צו-זיך, װעט ער אוועק אפן פראָנט.
דער האָספּיטאל, װאָס איז געווען ארומגעצוימט מיט א שװערער שטיינערנער וואנט, מיט שווערע אײַזערנע טויערן, טיפע, ברייטע ריוון און טורעמס אין אלע פיר עקן, האָט זיך געלעבט מיט זײַן באזונדער לעבן.
די טעג און נעכט האָבן זיך דאָ געצויגן אומגעהייער לאנג. יענע יונגע, פארשײַטע שלאכטלײַט, וועלכע זײַנען געווען לײַכט פארװווּנדעט און געװוּסט, אז אינגיכן װעלן זיי זיך שטעלן אף די פיס און זיך אומקערן אפן פראָנט, זײַנען געווען מונטער, פריילעך, שפּאצירט איבער דער געראמער טעריטאָריע אין זייערע שפּיטאָל-כאלאטן, געשפּאסט מיט די מיידלעך, דערמאַנענדיק זיך אין די גוטע פרידלעכע צײַטן. ערגער האָבן זיך געפילט די , שווערע", וועלכע זײַנען געווען צוגעקאַװעט צו זייערע אײַזערנע בעטלעך.
אין די פּאלאטעס איז געווען הייס און דושנע. זיי זײַנען געווען איבערפולט מיט פאר- װונדעטע און קראנקע, וועלכע מע האָט אהער ניט אופגעהערט ברענגען פונעם פראַנט.
איז בא אלעמען פריילעכער געװאָרן אף דער נעשאָמע, ווען עס האָט זיך ארײַנגעריסן דער פרילינג. דער גאנצער ארום איז צוביסלעך אופגעלעבט געװאָרן. גאָר אינגיכן האָבן זיך באוויזן אף דער ערד פרישע גראָזן. די קנאָספּן אף די ביימער האָבן אָנגעהױבן פּלאצן, און אף דער װעלט האָבן זיך באוויזן גרינע בלעטעלעך. די ערד האָט װי ארופגעצויגן אף זיך א נײַע הויט.
אופגעלעבט איז געװאָרן דער האָספּיטאל-הױף. מע האָט שפּאצירט, זיך געווארעמט אונטער דער זון, געשפּילט אין שאָך אונטער די צעגרינטע ביימער.
אין די פרײַע שאָען האָט סימאָן געשפּילט מיט זײַנע שכיינים אין שאָך. צו אים זײַנען געקומען קראנקע פון די שכיינישע פּאלאטעס אױספּרוון זייער גוירל.
אין זײַן לאנגן כאלאט און ווייכע שטעקשיך, מיטן שינעל אף די אקסלען איז סימאַן אלץ אָפטער ארויסגעגאנגען פון זײַן פּאלאטע, און װי נאָר די שאָך-ליבהאָבער האָבן אים דערזען, האָבן זיי אים גערופן צו זיך. ער האָט שטענדיק געשפּילט אונטער דעם אופזיכט פון א סאך קראנקע, וועלכע האָבן ליב פארברענגען ארום דעם שאָך-טישל.
אין איינעם פון די ווארעמע פרילינג-פארנאכטן, נאָך א קליין רעגנדל, װאָס האָט אַפּ- געפרישט דעם גאנצן ארום און עס איז געווען װונדערלעך גוט צו אָטעמען, איז סימאָן גע-
29
זעסן, ארומגערינגלט מיט א סאך נײַגעריקע, און געשפּילט. דער פּארטניאָר איז ניט געווען פון די פויגלדיקע שפּילער און אלעמאָל געכאפּט צוריק זײַן גאנג. סימאָן האָט זיך שטילער- הייט געבייזערט און שוין געװאָלט פון אים פּאָטער װערן, האָט עמעצער פון די ארומיקע אויסגעשריגן צו א פארווונדעטן שלאכטמאן, וועלכער איז געשטאנען בא דער זײַט מיט אן איבערגעבינטעוועטער האנט:
-- כאווער פּאָלקאָװניק!.. עפשער האָט איר כיישעק שפּילן א פּארטיע מיט אונדזער טשעמפּיאָן?
יענער האָט א שמייכל געטאָן, צוגעקומען א ביסל נעענטער און זיך אָנגערופן:
-- אָ, דאָ גייט אן עכטע שלאכט!..
סימאָן, װאָס איז געווען פארטאָן אין זײַן ארבעט, האָט דאָס ניט געהערט. געמאכט נאָך איין גאנג און א װײַז געטאָן זײַן קעגנער, אז ער איז שוין פארטיק: מאט...
ארום האָט זיך אופגעהויבן א טומל, א געלעכטער, נאָר סימאָן איז נאָך אלץ געזעסן, זעט אויס, געווען צופרידן מיט זײַן ניצאָכן.
אפן פּוסטן בענקל איז שוין געזעסן דער פּאָלקאָװניק מיט דער איבערגעבונדענער האנט, מיט דער געזונטער האנט האָט ער פאנאנדערגעשטעלט די צעװאָרפענע פיגורן אפן ברעטל.
דער אוילעם האָט אָנגעשטרענגט געשפּירט נאָך דער שפּיל. פון די ערשטע גענג איז געווען צו זען, אז דער, מיט דער איבערגעבונדענער האנט, איז ניט קיין שלעכטער שאכ- מאטיסט.
סימאָן איז געזעסן א טיף פארטראכטער, פארשטאנען, אז מיט דעם מענטשן דארף מען שפּילן ערנסט.
עס זײַנען דורכגעגאנגען עטלעכע אָנגעשטרענגטע מינוטן. סימאָן האָט עפּעס דורכגע- לאָזט, זײַן קעגנער האָט געמאכט א גאנג מיטן פערד און געשטעלט סימאָנען אין א קאָמפּלי- צירטער לאגע.
דער גאנג איז אלעמען שטארק געפעלן געװאָרן, און ארום טישל איז געװאָרן ראשיק,
-- האלט זיך, כאווער פּאָלקאָװניק!
-- באװײַז, סאזיקין, אז אונדזער פּאלאטע קאָן אויך שפּילן אין שאַך!.
,סאזיקין?" -- דאָס װאָרט האָט װי א בליץ א שניט געטאָן סימאָנען. ,סאזיקין?" זייער א קענטלעכע פאמיליע. סימאָנען איז גלײַך געקומען אפן געדאנק די װײַטע זאסטאווע אין די קארפּאטן, דער קאפּיטאן, מיט וועלכן ער איז ארויס פון דער ארומרינגלונג, יענער יונ- גער, שלאנקער און שרעקלאָזער קאפּיטאן, וועלכער האָט אים, סימאָנען, ארויסגעטראָגן פון אונטערן פײַער,
נאָר װײיניק מענטשן מיט אזעלכע פאמיליעס זײַנען פאראן אף דער ועלט? דאָך האָט דאָס הארץ גענומען שטארקער קלאפּן. סימאָן האָט געהאלטן די פיגור איבער דעם ברעטל, און די האנט זײַנע איז מיטאמאָל װי פארשטיינערט געװאָרן. ער האָט אופגעהויבן דעם אומ- רויִקן בליק אף זײַן קעגנער און דערשטוינט געװאָרן. די אויגן האָבן זיך צעשײַנט. ער האָט זיר עטװאָס אָפּגערוקט פונעם טישל, געקוקט אף דעם מענטשן, און די ארומיקע האָבן, ניט פארשטאנען, װאָס דאָ קומט פאָר.
סימאָן האָט אָפּגעלײגט די פיגור אין א זײַט, זיך אופגעהויבן און, וי ניט מיט זײַן קאָל, ניט זיכער זיך אָנגערופן:
-- קאפּיטאן סאזיקין? דאָס זײַט איר?..
יענער איז געבליבן צעמישט.
-- מײַן גאָט, סארא באגעגעניש!.. סימאָן מארקוס?..
זי האָבן זיך הארציק ארומגענומען און בא ביידן אף די אויגן האָבן א גלאנץ געטאָן טרערן.
-- כאווער פּאָלקאָװניק, --- האָט זיך אָנגערופן עמעצער פון סאזיקינס פּאלאטע, -- פארװאָס האָט אײַך מארקוס ראזשאלעוועט, געמאכט פאר א קאפּיטאן?
די ארומיקע האָבן זיך הילכיק פאנאנדערגעלאכט, און סאזיקין, קומענדיק צו-זיך, האָט א זאָג געטאָן, אויסװישנדיק מיט דער געזונטער האנט די טרער, װאָס האָט זיך געקײַקלט איבער דער באק:
-- ניין, כאוויירים, ער האָט מיך ניט ראזשאלעוועט... דאָס איז געווען אין יון איין און פערציק... דעמלט בין איך נאָך געווען א קאפּיטאן און א נאטשאלניק פון א גרענעץ-זאס- טאווע... סימאָן האָט גאָרניט פארפּלאָנטערט...
ביידע זײַנען שוין ארויסגעגאנגען פון דער ענגשאפט, אינגאנצן פארגעסן אינעם שאָך- ברעטל, און עמעצער האָט זיך אָנגערופן:
26
-- פארװאָס זשע ענדיקט איר ניט די שלאכט? מיר ווילן דאָך װויסן, װער פון אײַך איז ארויס דער זיגער?
סאזיקין האָט פאריכט דעם כאלאט און, אָנעמענדיק זײַן פרײַנט אונטער דער האנט, געענטפערט:
-- דאכט זיך, אז מיר זײַנען ביידע ארויס זיגער... אוב נאָך דעם, װאָס מיר האָבן דורכגעלעבט אין יענער שװערער צײַט און זיך איצט דאָ באגעגנט, קאָנען מיר זיך רע- כענען פאר זיגער...
זי זײַנען פּאמעלעך געגאנגען צו דער גרינער לאָנקע, װאָס האָט זיך געזען בא דעם הויכן טורעם, און װוּ קיינער איז איצט ניט געווען. זי האָבן געקוקט איינער אפן צווייטן און ניט געקאַנט געפינען די ווערטער, קעדיי איבערגעבן די געפילן פון פרייד, באגײַסטע- רונג און גליק, װאָס מ'האָט זיך אזוי אומדערווארט באגעגנט.
אויב ביז איצט האָט ניט סאזיקין, ניט סימאָן ניט געגלייבט, אז עס טרעפן זיך ניסים אף דער װעלט, האָבן זיי איצט, דאכט זיך, ביידע באשטימט, אז אף א מילכאָמע טרעפן גראָד יאַ ניסים.
דאָס זעכצנטע קאפּיטל
אינעם האָספּיטאל האָט קיינער ניט געװוּסט, װער ער איז, אָט דער עטװאָס צעשטריי- טער, ווייניק-באריידעוודיקער און באשיידענער סאַלדאט אינעם אָפּגעריבענעם, קורצן און דורכגעברענטן פון מאכאָרקע-פונקען שינעל. ערשט איצט, ווען ער האָט זיך געקליבן פאר- לאָזן דעם ניט גאָר פריילעכן אנשטאלט, האָט מען זיך דערװוּסט זײַן אויסטערלישע געשיכטע.
און דערװוּסט האָט מען זיך פון דעם פּאַלקאָװוניק סאזיקינען.
אלע האָבן אָנגעהױבן קוקן אף דעם סאַלדאט און קינסטלער מיט גאָר אנדערע אױיגן.
זײַן באשײידנקײַט האָט ניט געהאט קיין גרענעצן. האָט מען זיך געווונדערט, פארװאָס זײַנען אף זײַן גימנאסטיאָרקע ניט פאראן קיין שלאכט-באלוינונגען און צייכנס פון פאר- ווונדונגען. נאָר סאזיקין האָט דערקלערט, אז סימאָן איז באלוינט מיט אן אָרדען פון דער רויטער שלאכט-פאָן און א מעדאל , פאר געוואגטקײַט" פארן אָנטײל אין די שלאכטן אף דער גרענעץ און פאר די אָפּעראציעס אין דעם סוינעס הינטערלאנד, און די באלוינונגען האָט סימאָן מארקוס ניט באוויזן באקומען, װײַל אין יענע שטורמישע טעג האָט מען אים פאר- לאָרן, און קיינער האָט ניט געװוּסט, צי ער לעבט..
נאַך אָט דער אומדערווארטער באגעגעניש האָט סאזיקין זיך ניט צעשיידט מיט זײַן פרײַנט, און די ארומיקע האָבן מיט באגײַסטערונג געקוקט אף דעם גליקלעכן פּאָרל.
מיט פארליבטע אויגן האָט געשפּירט נאַך סימאַנען דער פרי גראָוו-געװאַרענער פֹּאַל- קאָװניק, דער קאָמאנדיר פון דער בארימטער גווארדייישער דיוויזיע, וועלכע האָט זיך בא- זונדערס אויסגעצייכנט באם באפרײַען אוקראינע, באם פאָרסירן דעם דניעפּער, פאר וועלכן ער, סאזיקין, און צוואנציק זײַנע שלאכטלײַט האָבן באקומען דעם הויכן טיטל -- ,,העלד פון סאָוועטנפארבאנד". ניט לאנג צוריק איז ער שװער פארװוּנדעט געװאָרן -- דאָס וויפלטע מאָל פאר דער מילכאַמע -- און איצט זיך געמאטערט אין האָספּיטאל, טראכטנדיק מיט פארדראָס, אז אין אזא שטורמישער צײַט דארף ער זײַן װײַט פון זײַנע מענטשן.
ער האָט ניט געצווייפלט, אז זײַן בארימטע דיוויזיע װעט אַנטײלנעמען אין די לעצטע שלאכטן אף צעשמעטערן די פאשיסטישע טאליאָנים אף זייער ערד, און ער האָט געמזט זײַן דאָרטן, איניינעם מיט זײַנע שלאכטלײַט.
דאָס איז געווען זײַן העכסטער טרוים. איצט האָט ער געציילט די טעג, ווען ער װעט זיך קאָנען ארױיסרײַסן פון דעם האָספּיטאל און זיך אומקערן אין זײַן דיוויזיע.
דער פּאָלקאָװוניק סאזיקין איז געווען זייער צופרידן דערפון, װאָס ער האָט אזוי אומ- דערווארט באגעגנט דעם קינסטלער. ווען ער האָט צוגעשטעלט די העלדן פון די שלאכטן אף דער גרענעץ צו מעלוכישע באלוינונגען, האָט ער אין סימאָנען ניט פארגעסן. עמעס, ערשט איצט װעט ער די באלוינונג באקומען. נאָר סאזיקין האָט זיך געפילט שולדיק דער- פאר, װאָס פאר די קנאפּע דרײַ יאָר מילכאָמע האָט ער גאָרנישט ניט געטאָן אף אָפּזוכן סימאָנען.
ווען סימאָן האָט אים געבעטן, ער זאָל אים מיטנעמען מיט זיך אפן פראָנט, האָט ער לאנג געטראכט, װאָס ענטפערן.
27
סימאַנס הײימשטאָט איז שוין באפרײַט, די שטאָט לעבט שוין מיט א פולבלוטיק לעבן און פארהיילט אירע שווערע װונדן. ארבעט װעט סימאָן דאַ געפינען, אָבער לויט סימאָנס שטימונג האָט סאזיקין פארשטאנען, אז גלײַכער װעט זײַן, ווען ער װעט זײַן נעענטער צום פראַנט. די צײַטן האָבן זיך געביטן, דער סוינע כאפּט אלעמאָל אלץ שטארקערע קלעפּ און קײַקלט זיך אָפּ מיט שווערע פארלוסטן צו זײַן גרענעץ. און פאר א קינסטלער איז א גרויס גלִיק זײַן אין דער צײַט מיט דער ארמיי, זײַן אן איידעס פון דעם גרויסן ניצאָכן איבערן סוינע.
סימאָן האָט פארזיכערט, אז ער פילט זיך שוין גאנץ גוט און ער איז גרייט אויספילן אלץ, װאָס עס װעט זיך פון אים פאָדערן.
סאזיקין האָט אים געפּרוווט אָפּרײדן. נאָר סימאָן האָט געטײַנעט, אז ער קאָן דאָ ניט בלײַבן. ער האָט א סאך פארטראכטן. און אויב ער װעט אים ניט נעמען מיט זיך, װעט ער זיך סײַװיסײַ ווי-ניט-איז דורכשמוגלען אהין...
דער פרילינג האָט געבראכט פון די פראָנטן גוטע יעדיעס. די סאָוועטישע דיוויזיעס האָבן דערלאנגט דעם סוינע שטארקע קלעפּ, אלץ װײַטער אים געטריבן אף מײַרעו. יעדן טאָג האָט מאָסקװע סאליוטירט די העלדישע טיילן, באגריסנדיק זיי מיט נײַע גרויסע ניצ- כוינעס.
סאזיקין האָט בא זיך באשטימט, אז ער װעט אויספילן סימאָנס באקאָשע. װען די מאשין װעט קומען נאָך אים, װעט ער אים מיטנעמען מיט זיך.
ווען סאזיקין האָט זיך דערפילט עטװאָס בעסער, ווען מע האָט נאָר אראָפּגענומען דעם גיפּס פון זײַן האנט, האָט ער בישטיקע איבערגעגעבן אין דיוויזיע, מע זאָל ארויסשיקן נאָך אים די מאשין, און זיך גענומען גרייטן אין ועג ארײַן. שטילערהייט האָט ער געזאָגט סי- מאָנען, אז ער זאָל זיך אויך קלײַבן. אויב ער, סאזיקין, װעט באקומען א פּסאק דערפאר, װאָס ער האָט אים געבראכט מיט זיך אפן פראָנט אומגעזעצלעך, אָן דער האסקאָמע פון דער מעדיצינישער קאָמיסיע, װעט ער זיך שטארק ניט נעמען צום הארצן.
דאָס זיבעצנטע קאפּיטל
וי נאָר דער לײַכטער ,וויליס" האָט זיך ארויסגעכאפּט פון דער שטאָט, פארקערעוועט אפן ברעסט-ליטאַווסקער שליאך און זיך אװעקגעלאָזט אף מײַרעו, איז סימאָנען מיטאמאָל וי ליכטיקער געװאָרן אין די אויגן און גרינגער אף דער נעשאָמע.
נאָך אזא לאנגער צײַט מאטערנישן האָט ער דערפילט, אז ער איז ניט קיין איבעריקער אף דער וועלט.
באנאנד אין דער מאשין איז געזעסן סאזיקין מיט דער אונטערגעבונדענער האנט, און זײַן ענערגיש פּאַנעם האָט פון צײַט צו צײַט, װען דער ,וויליס" איז אונטערגעשפּרונגען, א ביסל זיך געמינעט, נאָר ער האָט ניט געװאָלט ארױיסװײַזן פאר זײַן פרײַנט, אז ער פילט נאָך א שטארקן ווייטעק אין דער האנט. ער האָט אונטערגעשמייכלט, געװוּנקען אפן פעלד, װאָס האָט זיך געצויגן פון ביידע זײַטן, אף די אָנצאַליקע פארברענטע דײַטשישע טאנקען, טראנספּאַרטיאָרן, וועגענער, װי איינער רעדט: , זעסט, סימאָן, װאָס מיר האָבן געמאכט פון היטלערס טעכניק?".
אוואדע זעט ער אלץ, סימאָן. זײַן הארץ האָט זיך געפרייט, קוקנדיק אף די סימאָנים פון דער שװוערער מאפּאָלע פון די פאשיסטישע טאליאָנים. ער געדענקט גוט, ויָאזוי אָט די טאנקען און הארמאטן האָבן געיאָגט אף מיזרעך אין יענעם שוידערלעכן זומער פון איין- און-פערציקסטן, איצט האָבן זיי דאָ זיך אָפּנעשטעלט אף אײביק, פארוואנדלטע אין ברוך...
צוערשט האָט סימאָן נאָך געפּרוװוט ציילן די פארברענטע טאנקען און צענעריקטע הארמאטן, נאָר װאָס װײַטער אלץ מער האָט מען געזען גאנצע בערג צעשמעטערטע דײַ- טשישע טאנקען, און עס איז שוין געווען אן אומזין ציילן.
סאזיקין איז געזעסן, פארטאָן אין זײַנע געדאנקען. ער האָט אויך געקוקט אין אלע זײַטן, יעדן מאָל געװאָרפן דעם בליק אפן האנט-זייגער, ארײַנגעקוקט אין דער מאפּע, װאָס. איז געווען צעשפּרײט אף זײַנע קני.
מיט דעם װועג האָט ער דאָך צוריק מיט עטלעכע כאדאָשים געפירט זײַן דיוויזיע. דער וועג דערמאַנט אים די גרויזאמע שלאכטן. ניט װײיניק בלוט האָט עס אָפּגעקאָסט, ניט ויי-
28
ניק װונדערלעכע סאָלדאטן און אָפיצערן האָט ער דאָ פארלוירן. אָבער זײַן דיוויזיע איז דערגאנגען ביז קאָװעל.
סאזיקין האָט זיך פארבענקט נאָך זײַנע שלאכטלײַט. ליגנדיק אין האָספּיטאל האָט ער א סאך איבערגעטראכט. פיל פּלענער זײַנען אים געקומען אפן געדאנק, און איצט האָט ער װאָס גיכער געװאָלט קומען צו זײַנע גווארדייער און זיי פארווירקלעכן אין די קומענדיקע שלאכטן.
סורען גאלאדזע, א קליײינװוּקסיקער, דארינקער סערזשאנט מיט צוויי גרויסע קארע אויגן און א לענגלעך אָפּגעברענט פּאָנעם, איז געזעסן באם רודער מיט אן אָנגעבױגענער פּלײצע, װי ער װאָלט זיך געקליבן אָפּרײַסן זײַן מאשין פונעם אספאלט און זיך לאָזן פליען אינדערלופטן. פון מאָל צו מאָל האָט ער זיך געזידלט מיט ניט גאָר קיין איידעלע ווערטער, נאָר אף זײַן שפּראך, קעדיי דער פּאָלקאָװניק אין זײַן מאָדנער באגלייטער זאָלן ניט פאר- שטיין,
טאקע, דער רועך זאָל עס נעמען, געליימט זאָל װערן דער איפּעשדיקער היטלער מיט זײַנע כאיאָלעס -- זײַנע טאנקען און שװערע הארמאטן האָבן אזוי צעקלאפּט דעם װעג, אז מע דארף זײַן אזא װירטואָז, װי ער, סורען גאלאדזע, קעדיי פירן מיט אזא שנעלקײַט די מאשין.
סורען גאלאדזע איז פאר דער מילכאַמע געװוען א טאקסיסט אין קוטאיסי און האָט פארזוכט אף זײַן לעבן פארשיידענע וועגן, סײַ די מיליטעריש-גרוזינישע, סײַ די פילצאַליקע פּערעוואלן און אומוועגן. נאָר אזא וועג, װי אָט דער, באגעגנט ער דאָס ערשטע מאַל!
סורען האָט פארשטאנען, אז דער פּאָלקאָװניק, בא וועמען ער דינט אלס שאָפער העכער צוויי יאָר, זיצט איצט װי אף שפּילקעס, און ער האָט זיך באמיט פאָרן שנעלער, נאָר איבער זיך װעסטו ניט איבערשפּרינגען.
סורען איז אויך געווען פארטאָן אין זײַנע געדאנקען, נאָר ניט וועגן די פאָרשטײיענדיקע אָפּעראציעס. ער האָט פון מאָל צו מאָל געכאפּט א קוק אף דעם אומבאקאנטן אין סאָלדא- טישע בגאָדים, װאָס איז ניט געווען ענלעך נישט אף קיין פּראָסטן סאָלדאט און ניט אף קיין אָפיצער. אף זײַנע פּאָגאָנעס איז ניט געווען קיין איין צייכן. װאָס זשע הייסט עס, האָט סורען בעשום-אויפן ניט געקאַנט באנעמען, װועמען פירט מיט זיך סאזיקין און װאָס קלײַבט דער מענטש מיטן בלאסן פּאָנעם און פארטראכטע אויגן טאָן אפן פראַנט?
פרעגן וועגן דעם האָט סורען זיך ניט אײַנגעשטעלט, נאָר, באמערקט יענעמס באגײַס- טערטן בליק, ווען ער קוקט אפן פעלד, װאָס איז איבערגעאקערט פון סנאריאדן און באָמבעס, האָט ער זיך אָנגערופן;
-- איך ווייס ניט, װאָס פאר א טשין בא אײַך, כאווער, נאָר װאָס זעט איר איצט?!ּ איר זאָלט געווען א קוק טאָן אף דעם װעג צוריק מיט עטלעכע כאדאָשים, װוען מיר האָבן אָנגעגרײַפט. אומעטום האָט איר דאָ געקאָנט זען בערג מיט טויטע פאשיסטן. א שרעק גע- ווען צו קוקן. איך ווייס ניט, וער איר זײַט, כאווער, נאָר אָט יענץ איז געווען א בילדעלע.. א מעכײַע געװוען צו קוקן! די פריצן האָבן דאָ באקומען דאָס, װאָס זיי האָבן פארדינט...
פארקערעװועט אין א זײַט, קעדיי אױיסמײַדן אן אופגעריסענע בריק, האָט דער שאָפער פאָר געזעצט:
-- עפשער זײַט איר געווען בא אונדז אין גרוזיע, איך געדענק שוין ניט װו, נאָר דאָרטן האָב איך געזען עטלעכע בילדער פון אן אינטערעסאנטן קינסטלער... ער האָט גע- מאָלט מילכאָמעס... בערג מיט טויטע, בערג מיט שארבנס פונעם סוינע... נאָר דאָס, װאָס דאַ איז געווען, איז ניט צו פארגלײַכן מיט יענע בילדער.
-- סורען!.. -- האָט א שמייכל געטאָן סאזיקין. -- וועסט אָנעמען א פול מיל מיט שטויב, אויב דו װעסט האלטן אין איין ריידן... זע, מיר זאָלן ניט ארײַנשפּרינגען אין קיין װאָראָנקע מיט דײַן ,וויליס",
דערנאָך איז סאזיקין געװאָרן א ביסל ווייכער. פארשטייענדיק, װי זײַן שאַפער איז זייער נײַגעריק צו וויסן וועמען ער פירט, האָט ער זיך אָנגערופן:
-- אָט באקאן זיך, סערזשאנט, דאָס איז א בארימטער קינסטלער.
-- מיטן גרעסטן קאָװעד... -- האָט סורען זיך פארויטלט. -- הייסט עס, א קינסטלער פאָרט צו אונדז? זייער גוט. מיר װעלן אינגיכן זיך דורכרײַסן קיין ווארשע און בערלין, דארף מען טאקע, אז א קינסטלער זאָל דאָס אלץ אױיסמאָלן. מע זאָל די בילדער אויסהענגען אין מוזיי... עס איז מיר שוין נימעס. ווען דו זאָלסט ניט קומען אין מוזיי, אין קוטאיָסי, טביליסי און אפילע אין לענינגראד, זעסטו דאָרטן קײיסאָרים, גראפיניעס און פּרינצעסעס. מע דארף
29
אונדזערע כעוורע אױסמאַלן! ווען איר קען מאָלן, װאָלט איך אױיסגעמאָלט אף דער גאנצער וואנט אונדזער פּאָלקאָװניק סאזיקינען...
-- סורען, האָסט זיך צופיל צערעדט... -- האָט איבערגעשלאָגן סאזיקין. -- דו לאכסט פון דײַן נאטשאלניק? װען מע הענגט אויס אין מוזיי סאזיקינס בילד, װאָלט געוויס קיינער ניט געגאנגען קוקן...
-- נו-נו, כאווער פּאָלקאָװניק! אנטשולדיקט. ווען איך קען מאָלן, װאָלט איך אָנגעמאָלט אײַער בילד, װי איר זיצט אפן קליינעם שיפעלע, ווען מיר האָבן פאָרסירט דעם דניעפּער, לעבן קוילנווארפער זיצט איר, און שיסט אין די דײַטשן, װאָס האָבן זיך געװאָרפן צום ברעג און געװאָלט אונדז דערטרינקען... און דערנאָך, ווען איר האָט זיך א װאָרף געטאָן אין דער אײַז-קאלטער וואסער ראטעווען אײַער זאמפּאָליט, טקאטשוקן... איר האָט שוין פארגעסן?.. אָט אזוי אײַך אָנמאָלן און באװײַזן אין מוזיי אלע זאָלן זען..
-- סורען, װאָס פּלאפּלסטו?
-- איך פּלאפּל ניט, כאווער פּאָלקאָװניק! איך האָב עס אליין מיט מײַנע אױגן גע- זען, -- האָט הייס גענומען דערװײַזן דער סערזשאנט. -- װאָס זשע, אומזיסט האָט מען אײַך פארן דניעפּער געגעבן א גאָלדענעם שטערן?..
-- נו, גענוג, סורען, גענוג! האָסט זיך הײַנט צופיל צערעדט. לאָז איבער א ביסל אף מאָרגן...
-- יעסט, איבערלאָזן א ביסל אף מאָרגן!.. -- האָט סורען זיך צעשמייכלט. -- אף מאָרגן װעט מיר אויך סטײַען, כאווער פּאָלקאָווניק... אנטשולדיקט. ווען איך האָב געארבעט אפן טאקסאָמאָטאָר אין קוטאיסי, האָב איך די גאנצע צײַט גערעדט בא דער באראנקע.. איר פארשטייט, בא אונדז זײַנען דאָרט שרעקלעכע בערג, פּערעוואלן, קרוטשעס, און קעדיי מײַנע פּאסאזשירן זאָלן זיך ניט שרעקן, האָב איך זיי די גאנצע צײַט דערציילט פארשיידענע געשיכטעס, זי זאָלן זיך ניט שרעקן, און איך זאָל, באהיט גאָט, ניט כאפּן קיין דרעמל באם רודער...
ער האָט זיך אלץ געװאָלט פארענטפערן פארן פּאָלקאָװניק און א װונק געטאָן צום קינסטלער, איבערגעפירט דעם געשפּרעך אף אן אנדער טעמע:
-- איך קלער אזוי, אז אויב עס פאָרט אפן פראָנט אזא בארימטער קינסטלער, איז דער בעסטער סימען, אז אינגיכן װעלן מיר דערשטיקן די פאשיסטן אין זייער בערלאָגע...
-- פארװאָס מיינסטו אזוי, סורען?
-- איך מיין אזוי, װײַל די מילכאָמע איז אלעמען שוין נימעס געװאָרן. דער כאווער קינסטלער װעט זײַן אן איידעס, װי מיר װעלן אופהענגען אפן גרעסטן סלופּ אין בערלין אדאַלף היטלערן מיט זײַן גאנצער קאָמפּאניע. דער כאווער קינסטלער װעט דאָס אלץ אַן- מאָלן אף א גרויסן לײַװנט און דאָס בילד װעט מען ארומפירן איבער דער גאנצער װעלט, מענטשן זאָלן קוקן און זיך פרייען!..
סורען האָט ערשט געװאָלט אויסמאָלן, פילאָסאָפירן, װי עס װעט אויסזען דער סאַף פון מילכאָמע, נאָר אין דער רעגע האָט געפּלאצט א שינע.
דער שאָפער איז פלינק אראָפּגעשפּרונגען און גענומען קראצן די פּאַטיליצע:
-- א וויסטע כאָליערע אף היטלערן! -- האָט ער ארויסגערעדט און אױיסגעשפּיגן. -- נישקאָשע. איך װעל באלד אוועקשטעלן די זאפּאסנע... איין װײַליטשקע..
ער האָט גענומען דאָס סאָלדאטישע זעקל, אוועקגעלייגט דאָס א ביסל װײַטער פונעם שליאך אפן צוגעפּאָראָשעטן גראָז, אױסגעשפּרײט די פּלאשטש-פּאלאטקע, ארויסגענומען פו- נעם זעקל א ביסל צובײַסעכץ.
-- ביז עפּעס-װאָס כאפּט דערװײַל איבער, איך װעל באלד אלץ פאריכטן...
-- סורענס באפעל מוז מען אויספילן, -- האָט א שפּאס געטאָן סאזיקין.
מיט דער געזונטער האנט האָט ער אָנגענומען סימאָנען באם עלנבויגן. מע איז ארויס פון דעם ,וויליס" און זיך צוגעזעצט אף דער פּאלאטקע.
-- אגעוו, סימאָן, מיר דארפן טאקע אויסטרינקען פאר אונדזער באגעגעניש.
--אוואדע, כאווער פּאָלקאָװניק! -- האָט דער שאָפער זיך דערפרייט דערפון, װאָס סא- זיקין האָט אים ניט געמאכט קיין אויסרייד פארן קורצן פּריוואל, -- כאפּט איבער און טרינקט אויס צו קאפּעלעך. דער וועג, זעט איר, איז א שװערער, גאָט אליין האָט געהייסן אויס- טרינקען פאר דער באגעגעניש... און פאר דעם ניצאָכן...
אראָפּגעװאָרפן פון זיך די דורכגענעצטע גימנאסטיאָרקע, האָט סורען גאלאדזע גענו- מען בײַטן די שינע, אונטערזינגענדיק זײַן באליבט לידעלע װעגן דער קיניגן טאמארע..
27 30
אין דיוויזיע איז מען געקומען ערשט דעם צווייטן באגינען. טיף אין סאָסנע-וואלד, ארום די עטלעכע זעמליאנקעס, האָט געהערשט אן אומגעוויינלעכע אופלעבונג. א גרופּע סאָלדאטן האַבן געטומלט, געוויצלט זיך ארום עפּעס א לאנגן דראָנג מיט א צעשויבערטן רױטהאָריקן קאָפּ און דערשראָקענע אויגן.
וועז מע האָט דערזען דעם פּאָלקאַװניק, וועלכער איז ארויס פלינק פונעם ,וויליס" און פאריכט דעם װײַסן בינט, װאָס האָט אונטערגעהאלטן זײַן פארווונדעטע האנט, איז מען גלײַך שטיל געבליבן.
עמעצער פון די עלטערע אַפיצערן, וועלכער האָט זיך ארויסגערוקט פונעם רעדל, האָט שנעל פאריכט די ראנדן פון דער גימנאסטיאָרקע, א הייב געטאָן די האנט צו דער פּילאָטקע און מיט א דערהויבענער שטים גענומען ראפּאַרטירן:
-- כאווער קאָמדיוו! דעזשורנע פון שטאב ריאבטשוק... אונדזערע אױיסשפּירער האָבן געבראכט א ,צונג"... א דײַטשישן אַפיצער... -- האָט ער א װונק געטאָן אפן געפאנגענעם, װאָס האָט געציטערט מיט אלע אייוורים.
-- װאָלנאָ! -- האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ דער קאָמדיוו און געמאכט א פּאַר שפּאן צום דײַטש אינעם צעריסענעם מונדיר.
סאזיקין האָט איבערגעפירט דעם בליק אף די מאיאָר-צייכנס אף יענעמס קיטעל, אף זײַנע בליאכעס, וועלכע האָבן זיך געבאָמבלט אף אים, און א פרעג געטאָן:
-- פארװאָס האָט דער אָפיצער אזא שלעכטן אויסזען?..
יענער האָט עפּעס ארויסגעשטאמלט, װײַזנדיק מיט די אויסגעסטארטשעטע אויגן אף די אױסשפּירער, וועלכע האָבן אים געהיט. דאָס האָט געדארפט באטײַטן: ,װאָס בין איך שולדיק? דאָס האָבן זיי מיך געשלעפּט איבער דער בלאָטע, װוי א נעוויילע...
סאזיקין האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, אײַנגעהאלטן דעם שמייכל אפן מידן פּאָנעם און זיך געלאָזט צו דער עקסטער זעמליאנקע, װוּ עס זײַנען געשטאנען אף דער וואך צוויי אװטאָמאטלער,
ווען סאזיקין איז צוגעגאנגען נעענטער, האָט ער זיך אָן עפּעס דערמאָנט, צוגערופן סורען גאלאדזען און באפוילן אײַנאָרדענען דעם קינסטלער, יענער זאָל זיך אויסשלאָפן און מע זאָל אים אָנהאָדעװען.
נאָר סימאָן מארקוס איז ניט געווען מיד, אים האָט זיך געדוכט, אז ער האָט געטראָפן אין אן אנדער װועלט. דער לאנגער געלער דײַטש מיט די אויסגעסטארטשעטע אויגאנעס און די כעוורע, װאָס זײַנען ארום אים געשטאנען, אופגעלעבטע, פריילעכע, לאכנדיקע, זײַנען אים אזוי געווען געפעלן, אז ער האָט גלײַך א טראכט געטאָן, אז ער װאָלט געקאַנט אויס- מאָלן ניט קיין שלעכט בילד, װאָס זאָל הייסן , די געלונגענע יאגד"..
דער גאנצער ארום, דער קאָמדיוו, װאָס האלט די פארװונדעטע האנט אף א װײַסן בינט, די שײַנענדיקע סאָלדאטן, דער גרינער פארטאָגיקער וואלד און די זעמליאנקעס -- אלץ האָט זיך געבעטן אפן פּאפּיר. און ווען קיינער שטערט ניט, װאָלט ער דאָס אלץ אָנגע- װאָרפן אין זײַן אלבאָם, װאָס שולייקאָ האָט אים געשענקט.
כאַטש דער קאָמדיוו האָט שטרענג פארזאָגט זײַן שאָפער, ער זאָל ניט צעפּױקן, װוער איז דער, וועמען ער האָט געבראכט מיט זיך פון קיעװו, האָט ער זיך לאנג ניט געקאַנט אײַנהאלטן. און אויבֿ צוויי מענטשן ווייסן א סאָד, איז דאָס שוין קיין סאָד ניט.
אז מע האָט אין דער רעדאקציע פון דער ארמיייִשער צײַטונג זיך דערװוּסט ועגן סי- מאָנען, איז מען גלײַך געקומען אים בעטן, ער זאָל עפּעס געבן פאר דער צײַטונג. און כאָטש ער האָט געזאַגט, אז ער האָט נאַך דערװײַל גאָרנישט ניט באוויזן, דאָך האָט ער געמוזט זיך נעמען פאר דער ארבעט.
דער קאָמדיוו סאזיקין האָט זיך אומגעקערט סאמע צו דער צײַט. די ארומיקע װועלדער זײַנען געווען פארפולט מיט נײַע טיילן און באװאָפענונג. אומעטום האָט זיך געפילט, אז עס גייט אן אקטיווע צוגרייטונג צו אן אָנגריף מיט א גרויסן היסטאָרישן ציל: אריבערגיין די גרענעץ און אָנהײבן באפרײַען אײראָפּע פון די פאשיסטישע מערדער.
צוקוקנדיק, וויפל פרישע קויכעס עס האָט זיך אָנגעזאמלט, וויפל טאנקען און הארמאטן, האָט בא סאזיקינען פארכאפּט דער אָטעם: העכער דרײַ יאָר גייט א ניט-געהערטע מילכאָמע, אזויפיל מענטשן זײַנען געפאלן, אזויפיל טעכניק איז פארלוירן געגאנגען, און די ארמיי איז איצט וי קיינמאָל מעכטיק.
אינעם הימל האָט איצט געװעלטיקט די אויאציע מיט די רויטע שטערנס אף די פיו- זעליאזשן, די פאשיסטישע אָקופּאנטן האָבן זיך שוין ניט געפירט אזוי פרעך און האָנערדיק,
31
װי די ערשטע מילכאָמע-כאדאָשים. אלץ האָט זיך געענדערט, דאָס האָבן פארשטאנען אלע סאָלדאטן און אַפיצערן און דערמיט געווען שטאָלץ און דערהויבן.
באטאָג און באנאכט איז סאזיקין געווען אף די פיס, ארומגעיאָגט אף זײַן ,וויליס" איבער די פּאָלקן און באטאליאַנען. ערעוו די גרויסע געשעענישן האָט ער געדארפט דורכקוקן אלץ, קעדיי זיך איבערצײַגן אין דעם, צי זײַנען אלע רינגען גרייט צו גרויסע און שווערע שלאכטן.
זיך דערװוּסט פון סורענען, אז סימאָן זיצט שוין אין אן ערדשטיבל און מאַלט עפּעס פאר דער ארמיייִשער צײַטונג, איז ער געווען שטארק איבעראשט. ער האָט דאָך צוגעזאָגט זײַן פרײַנט, אז ער װעט אים געבן אן ארבעט, ער זאָל ניט האָבן צו טאָן מיט מאָלן. נאָר אויב סימאָן האָט זיך גענומען פארן פּענדזל, איז דאָס א גוטער סימען, און ער איז געווען מאמעש דערפרייט, ווען ער האָט דערזען אין דער ארמיייַשער צײַטונג מארקוסעס ערשטע געמעלן, באזונדערס די קאריקאטור, װאָס האָט געהייסן ,די געלונגענע יאגד', װוּ סאזיקין האָט דערקענט אָט יענעם פּריטשמעליעטן דײַטשישן אָפיצער, װאָס די דיוויזיע-אויסשפּירער האָבן יענעם פרימאָרגן געבראכט.
סאזיקין האָט אלעמאָל דערמאַנט סורענען, ער זאָל ניט אראָפּנעמען פון סימאָנען דאָס אויג, שאפן די נייטיקע באדינגונגען, יענער זאָל קענען פרוכטבאר ארבעטן.
פון סימאַנס ערשטע צייכענונגען האָט א ווייע געטאָן מיט פרישקײַט און עכטער מײַס- טערשאפט. אלע האָבן עס מיטאמאָל באמערקט און געווען דאנקבאר דעם קינסטלער, װאָס האָט מיטאמאָל געענדערט דעם אויסזען פון דער צײַטונג.
ניט אומזיסט זאָגט מען, אז דער אפּעטיט קומט בייסן עסן. װוען סימאָן האָט דערזען, מיט װאָס פאר א פרייד און באגײַסטערונג די סאָלדאטן און אַפיצערן האָבן באגעגנט זײַנע ערשטע ארבעטן, האָט עס אים צוגעגעבן פיל מונטערקײַט און פארלאנג צו ארבעטן. כאָטש די ארבעט אין צײַטונג איז פאר אים געווען נײַ, אומגעוויינלעך, נאָר ער האָט געפילט, אז דאָ איז דאָס סאמע גייטיקסטע.
דערװײַל איז ארום געווען שטיל און רויָק. בלויז אין די וועלדער האָט זיך געפילט, וי אלע גרייטן זיך ענערגיש צום אָנגריף. פון צײַט צו צײַט האָט די ארטילעריע צעשטערט אף עטלעכע מינוט די ארומיקע שטילקײַט. דעם באנאכטיקן הימל האָבן אָפט איבערגעשניטן פילקאַליריקע ראקעטעס. אלץ איז געווען אײַנגעהילט אין אומרויקער דערווארטונג.
אין איינעם פון די שטילע באגינענס האָט זיך דער גאנצער ארום צעברומט. פילצאָליקע הארמאטן און מינענווארפערס האָבן געעפנט א מוירעדיקן פײַער, און עס האָט זיך געדאכט, אז דאָרטן, ארום בריסק, װעט קיין לעבעדיקע באשעפעניש ניט בלײַבן. אינעם טונקל-בלויען באגינענדיקן הימל האָבן זיך באוויזן גאנצע טשאטעס באָמבארדירער. זיי האָבן איבערגע- אקערט מיט זייערע באָמבעס און סנאריאדן די דײַטשישע פּאָזיציעס.
אפן קאָמאנדע-פּונקט איז געשטאנען דער פּאָלקאָװניק סאזיקין און געשפּירט נאָך דער ארטילערישער און אויא-צוגרייטונג. עטלעכע שטאב-אָפיצערן זײַנען געשטאנען באנאנד און שנעל אויסגעפילט די באפעלן פונעם קאָמדיוו. אין ווינקל פונעם בלינדאזש, װוּ עס זײַנען געזעסן די פארבינדלער מיט דער ראציַע און טעלעפאָן-אפּאראטן, האָט זיך צוגערוקט סימאָן מארקוס, וועלכן סאזיקין האָט נאָך פון פארנאכט מיטגענומען מיט זיך אהער, ער זאָל זען, וי די דיוויזיע װעט אָנגרײַפן אף בריסק.
דער קינסטלער איז געווען עטװאָס פארטויבט פון דעם מעכטיקן געברום פון הונדער- טער הארמאטן און באָמבארדירער. ער האָט זיך ניט פאָרגעשטעלט, אז אזוי לאנג קאָן דויערן אזא שטארקער פּײַער. נאָר אָט האָבן זיך אפן פעלד צערעװעט די טאנקען און פּאנצער- טראנספּאַרטיאָרן, סימאָן האָט געפּרוווט ציילן די מאשינעס, נאָר זיך גלײַך פארפּלאָנטערט אינעם כעזשבן, בלויז דערפילט, װי עס הודעט אונטער אים די גאנצע ערד.
נאַָר די טאנקען האָבן זיך געלאָזט די אװטאָמאטלער. זיי האָבן געײַלט אהין, צו דער שטאָט, װוּ עס האָט זיך פארבונדן א גרויזאמע שלאכט. סאזיקין האָט ניט ארױיסגעלאָזט דאָס טעלעפאָן-טרײַבל. ער האָט פאר זיך געזען דאָס גאנצע פעלד, אלע אָנגרײַפנדיקע בא- טאליאַנען, און ווען יענע האָבן זיך ארײַנגעריסן אף די ערשטע געסלעך פון שטאָט, האָט ער געביטן זײַן באאָבאכטונגס-פּונקט און מיט זײַנע פארבינדלער און געהילפן אװעק אפן נײַעם אָרט.
סימאָן איז ארויס פונעם בלינדאזש און זיך אויך געלאָזט פאָרויס מיט די פארבינדלער, נאָר סורען האָט אים אָנגעכאפּט פאר דער האנט:
-- איך מוז אויספילן דעם באפעל פונעם קאָמדיוו. איר דארפט זיך אומקערן. איר זעט, װאָס ארום טוט זיך?..
2--4 32
-- איך זע, נאָר צוריק װעל איך ניט גיין... -- האָט סימאָן אָפּגעשניטן.
-- נו, א מענטש! מיט אײַך איז שווער אויסקומען, -- האָט דער שאָפער געקנייטשט מיט די אקסלען, -- אײַער אָרט איז ניט דאָ... איר האָט אן אנדער ארבעט..
און קעדיי שטילן זײַן קאס, האָט ער ארויסגעכאפּט פון דער קעשענע דעם קיסעט, פארדרייט א ציגאר, דערלאנגט דעם קינסטלער פארייכערן און געװאָרן עטװאָס ווייכער. א שמייכל געטאָן.
-- איך פארשטיי אײַך. איר װוילט אלץ זען, קעדיי דערנאָך דאָס אָנמאָלן. איר האָט געזען, װי אונדזערע גווארדייער האָבן אָנגעגרײַפט? עך, האָט מען דערלאנגט דעם פריץ! איר זעט, וי זײַנע טאנקען ברענען? פון דעם, װאָס איר האָט געזען, װעט איר קאָנען אָנמאָלן צוואנציק בילדער, אויב ניט מער. א גאנצן מוזיי! פארגעסט ניט מיך אויך אָנמאָלן בא דער זט
סימאָן האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ;
-- געוויס, סורען, װעל איך דיך אמאָל אָנמאָלן, און ניט בא דער זײַט, נאָר אױבנאַן, באנאנד מיט דײַן ,וויליס". דערװײַל קים אהין... -- האָט ער א װוּנק געטאָן אין יענער זײַט, װוּ עס האָט געבושעװועט די שלאכט.
זינט סימאָן איז אהער געקומען, האָט ער זיך געענדערט אף ניט צו דערקענען. די זון און די ווינטן האָבן אים שטארק פארברוינט. די גימנאסטיאַרקע איז שווארץ געװאָרן פון דעם שטויב, די קירזעווע שטיוול -- נאָר שטארקער צעקרימט.
אים האָט זיך געװאָלט זײַן אומעטום און אלץ זען מיט די אייגענע אויגן. אָט איז ער געווען בא די טאנקיסטן, וועלכע זײַנען ערשט ארויס פון דער שלאכט, אין אָט בא די ארטילעריסטן, װאָס האָבן געפירט א פּײַער איבער די אָפּטרעטנדיקע קאָלאַנעס פונעם סוינע, עטלעכע מאָל איז ער געלעגן אין דער קייט מיט די סאָלדאטן, וועלכע האָבן אָפּגעשלאָגן א קאָנטראטאקע פון די דײַטשן.
דערזען אים צװישן די אָנגרײַפנדיקע, האָט סאזיקין זיך שטארק צעבייזערט און גע- זידלט סורענען, לעמײַ לאָזט ער אים אָפּ פונעם אויג און שיקט אים ניט אָפּ אין צווייטן עשעלאַן.
סורען האָט אויסגעהערט דעם אויסרייד פון זײַן נאטשאלניק און צעפירט מיט די הענט, וי איינער רעדט: װאָס קאָן איך מיט אים מאכן, אז אלעמאָל וואקסט ער אויס דאָרטן, װוּ מע פארזייט אים ניט...".
ארום האָט ניט אופגעהערט הודען, דאָ און דאָרט האָט דער סוינע געפּרווט זיך פאר- טשעפּען פאר די בערגלעך, נאָר דער אָנגריף איז ניט אָפּגעשואכט געװאָרן. לענגויס דעם בוג האָט מוירעדיק געדונערט. אייניקע טיילן האָבן זיך שוין אריבערגעקליבן אף יענער זײַט. אלעמען האָט ארומגעכאפּט אן אומגעהייערע פרייד, װאָס דאָ האָט מען שוין אָפּגערײניקט פון די אָקופּאנטן אונדזער גאנצע טעריטאָריע און אריבער אף דער פּוילישער ערד.
ווען סאזיקין איז צוגעקומען צום ברעג און דערזען, װי עטלעכע גרענעצלער שטעלן אוף דעם סלופּ מיטן סאָװעטישן הערב, איז ער װי פארשטיינערט געװאָרן. ער האָט אראָפּגע- ריסן פונעם קאָפּ דאָס פארשטויבטע היטל, צוגעגאנגען הארט צום סלופּ, זיך אראָפּגעלאָזט פאר אים אף די קני און אזוי לאנג געשטאנען. איבער זײַנע אײַנגעפאלענע, ניט געגאָלטע באקן האָבן זיך געקײַקלט גרויסע טרערן פון פרייד,
דאכט זיך, בלויז סימאָן האָט געװוּסט, פארװאָס דער קאַמדיוו איז איצט אזוי גערירט. סימאָן האָט זיך דערמאָנט, וי אָט דער שרעקלאָזער גרענעצלער האָט מיט זײַנע העלדישע סאָלדאטן פארטיידיקט אזא סלופּ אין די קארפּאטן ביז דער לעצטער מעגלעכקײַט.
סימאָן האָט קיינמאָל ניט געטראכט, אז ער װעט אָט דאָס אלץ זען מיט זײַנע אויגן. און װי האָט ער געקאַנט דורכלאָזן די באלקע, װוּהין עס איז פארטריבן געװאָרן א גרויסע גרופּירונג פון די דײַטשן? מע האָט זיי פאָרגעלייגט זיך איבערגעבן אין געפענקעניש, און ווען יענע האָבן זיך אָפּגעזאָגט, זײַנען זי אלע פארניכטעט געװאָרן,
אן עמעסדיק שוידערלעך בילד: העכער פופצן טויזנט דײַטשן, פיל טאנקען, הארמאטן, מאשינעס זײַנען געלעגן אין איין מעשונעדיקן אָנוואלגער. זי וועלן שוין קיינמאָל ניט קאַנען טאָפּטשען די רוסישע ערד...
סימאָן איז לאנג ארומגעגאנגען ארום דעם שרעקלעכן צווינטער, געווען דערשיטערט דערפון, װאָס ער האָט געזען, און אלץ געטראכט, ויאזוי אָנמאָלן אָט דאָס בילד, װי א װאַ- רענונג, עס זאָל זיך מער קיינעם ניט װעלן אָנפאלן אף זײַן היימלאנד.
33
די דיוויזיע האָט פארקערעװועט אין דער ריכטונג פון ליובלין, נאָר סימאָן האָט זיך נאָך אף א גאנצן טאָג פארהאלטן אין בריסק, ער האָט געזען די באפרײַטע שטאָט, די אופ- געריכטע מענטשן, וועלכע זײַנען ארויס פון די באהעלטענישן, ער האָט זיך ניט געקאָנט צעשיידן מיט דער בריסקער פעסטונג. אין די מינוטן האָט ער געזען פאר זיך די גרענעצלער, וועלכע האָבן זומער איין-און-פערציקסטן, ביז דעם לעצטן אָטעם, פארטיידיקט די פעסטונג.
ער האָט דעריאָגט די דיוויזיע װײַט פון בריסק. מע האָט זיך באוועגט שנעלער אין דער ריכטונג צום װײַסל. ער האָט געזען, װי די פּאָליאקן האַבן הארציק באגעגנט זייערע באפרײַער. פרויען, זקיינים, קינדער זײַנען ארויסגעגאנגען אף די װעגן מיט ברויט און זאלץ און מיט בלומען. זיי האָבן דערציילט װעגן די שוידערלעכע אכזאָריעס פון די פאשיסטישע הענקער. דאָ האָט מען צום ערשטן דערהערט א שרעקלעך װאָרט, װאָס די דײַטשן האָבן געבראכט דער וועלט: ,טויט-פאבריק", , טויט-לאגער". עס האָט זיך קיינעם ניט געלייגט אפן זינען, װאָס דאָס באטײַט. סימאָן האָט געהערט דערציילונגען פון די, וועלכע האָבן זיך פון דאָרטן לוט א נעס ארויסגעריסן, און עס האָט זיך ניט געװאָלט גלייבן, אז אזוינס איז מעגלעך. פאר זײַנע אויגן איז די גאנצע צײַט געשטאנען דער שרעקלעכער באבי יאר, דער קייווער פון טויזנטער אומשולדיקע קאָרבאָנעס, נאָר א ,טויט-פאבריק", ,קרעמאטאָריעס", װוּ מע פארברענט לעבעדיקע מענטשן?
צי ווייסט װועגן דעם די וועלט? און אויב זי װייסט, פארװאָס שװײַגט זי?
עס איז געשטאנען א כינעװודיקער באגינען. איבער דער פרישער סטערניע האָט גע- שפּאנט דער שיסער-באטאליאָן. מידע נאָך דער שלאָפּלאָזער נאכט, האָט מען געטראָגן אף די אקסלען די קוילנווארפערס, מינענווארפערס, די קעסטלעך קוילן און מינעס. בא דער זײַט פון דער קאַלאַנע האָט געשפּאנט סימאָן מיטן אװטאָמאט אף דער ברוסט און א פו געפּאקטן פעלד-טאש. ער האָט קוים געפּלאָנטערט מיט די פיס, נאָר אײַנגעאקשנט געגאנגען, אײַנהערנדיק זיך אינעם קנאלן פון הארמאטן און גערודער פון טאנקען. דאָרטן ניט װײַט איז געגאנגען א שלאכט, און דער באטאליאָן האָט געײַלט אהין.
דאָס מאָל האָט מען ניט געהערט קיין לידער, קיין וויצן, קיין געלעכטער, עס האָט זיך געדוכט, אז אזוי, גייענדיק, דרעמלען די טויט-מידע סאָלדאטן. א ביסל רעכטער האָט זיך געצויגן דער צעמאזיקטער וועג, װאָס האָט געפירט קיין ליובלין, דער ערשטער גרעסערער שטאָט פון פּױלן, פאר וועלכער עס האָט זיך פארבונדן א פאראקשנטע שלאכט.
דאָ און דאָרט, אָפּגעזונדערט איינער פון אנדערן, האָט מען געזען פארלאַזטע און פאר- וויסטע כוטערס, פאָלווארקן. סימאָן האָט זיך אײַנגעקוקט אינעם אָנקומענדיקן באגינען, אי- נעם אומגעוויינלעכן פּייזאזש, װאָס האָט אים דערמאָנט אין זײַן לײַבלעכער אוקראינע.
פּלוצעם האָט זיך ארײַנגעריסן אהער א טומל פון עטלעכע מאשינעס. פאָרויס האָט געיאָגט דער באקאנטער ,וויליס" פונעם קאָמדיו. עס האָט זיך דערהערט א קאָמאנדע פו" נעם קאָמבאט, מע זאָל זיך אונטערציען.
סאזיקין איז אראָפּגעשפּרונגען פון דער מאשין, זיך געגריסט מיט די סאַלדאטן און, באנאנד מיט דעם פארשטויבטן און פארמאטערטן קאָמבאט, זיך געלאָזט גיין צופוס. די אוג- טערגעבונדענע האנט זײַנע איז געווען הארט צוגעדריקט צו דער ברוסט. פאר די לעצטע טעג איז אים שווער געווען דערקענען. די גאנצע צײַט בעשאס דעם אָנגריף האָט ער ניט גערוט, קימאט ניט געשלאָפן. איצט, נאָך דער באנאכטיקער באראטונג באם קאָמאנדארם, האָט ער געײַלט צו זײַנע פאָדערשטע רייען.
דער קאָמבאט האָט ראפּאַרטירט וועגן דער ארומיקער סיטואציע, װעגן דער לעצטער שלאכט... סאזיקין האָט אופמערקזאם אויסגעהערט, פארגעבן עטלעכע פראגן, זיך אָפּגעזעגנט און פארקערעוועט צו זײַן ,וויליס". פּלוצעם דערזען דעם קינסטלער און צוגעגאנגען צו אים:
-- איך האָב דאָך אײַך פארווערט זיך באוועגן מיטן ערשטן עשעלאָן!.
יענער האָט זיך פארשעמט, װי א קינד, א קנייטש געטאָן מיט די אקסלען און עפּעס שטיל ארויסגעשטאמלט.
-- עס װעט אויסקומען זיך מיט אײַך צעקריגן, -- האָט סאזיקין אָפּגעענטפערט, אײַן- הערנדיק זיך אינעם דונערן פון װײַטע הארמאטן. ער האָט באפוילן דעם באטאליאָן זיר בא- וועגן שנעלער און א װוּנק געטאָן צו סימאָנען, ער זאָל זיך זעצן אף דער מאשין.
-- סורען! -- האָט סאזיקין זיך אַנגערופן צום עטװאָס פארלוירענעם שאָפער. -- דו - האָסט איבערגעגעבן מארקוסן מײַן באפעל?
אָפּגעפאָרן א ביסל װײַטער, האָט סורען ניט זיכער געענפערט:
4
-- איבערגעגעבן, דאָס הייסט, ניט אינגאנצן, כאווער גווארדיע-פּאַלקאַװניק. איך פאר- שטיי אזוי: א קינסטלער דארף איצט אלץ זען און נעמען אפן בלײַער... ער זאָל דערנאַך דאָס אלץ אָנמאָלן... װאָס זשע, איר ווייסט ניט, סארא אקשן ער איז?
-- א גאנצער פילאָסאָף ביסטו בא אונדז געװאָרן, סערזשאנט! -- האָט סאזיקין אים אויסגעזידלט. -- איך האָב דיר דאָך באפוילן נאָכקוקן, סימאָן זאָל ניט קריכן אהין, װוּ מע דארף ניט... פארשטייסט?
-- געוויס. װאָס זשע, איך פארשטיי עס ניט? נאָר ער האָט זייער געבעטן.
פונעם געדיכטן סאָסנע-וואלד, װאָס האָט זיך געצויגן לענגויס דעם װעג, האָט זיך רדערהערט אן אומרויקער געשריי.
סורען האָט פארטאָרמאָזירט, זיך ארומגעקוקט, קעדיי פעסטשטעלן, פונוואנען דער- טראַגט זיך דאָס געשריי, און געכאפּט מיט איין האנט דעם אװטאָמאט. סימאַן האָט אים בי א נאָכגעפאָלגט, אראָפּגענומען פונעם האלדז זײַן אװוטאָמאט און אָנגעשטרענגט געקוקט אין יענער ריכטונג.
-- איר קלײַבט זיך גיין אין אטאקע? -- האָט א שמייכל געטאָן סאזיקין, דערזעענדיק, וי פונעם וואלד זײַנען ארויסגעלאָפן צוויי אױסשפּירער אין מאסקכאלאטן.
-- כאווער גווארדיע פּאָלקאַװניק! מע האָט אונדז געשיקט , דורכקעמען" דעם וואלד, און מיר האָבן זיך אָנגעשטױסן אף א שרעקלעך אָרט! -- האָט אויסגעשריגן א קליינוווקסי- קער פארפּאליעטער סערזשאנט. -- א שרעק צו קוקן... א שוידער..
-- קירצער, סערזשאנט, װאָס האָט איר דאָרט געזען? -- האָט אים איבערגעשלאָגן סאזיקין,
דער צווייטער אױיסשפּירער האָט זיך געװאָלט ארײַנמישן, נאָר עס האָט בא אים ניט געסטײַעט קיין אָטעם.
-- א שרעקלעכער לאגער... שטעכלדראָטן ארום... עס זײַנען דאָרטן נאָך פאראן מענטשן... לעבעדיקע סקעלעטן... א שרעק... -- האָט אױיסגעפּראלט דער סערזשאנט. -- קימט, װעט איר זען.
פונעם וואלד האָט א ווייע געטאָן א װוינט, און עס האָט זיך דערטראָגן אהער א שטאר- קער גערוך פון פארברענטע ביינער.
-- מע קאָן דאָרטן דערשטיקט װערן, כאווער גווארדיע... א טויט-לאגער. אין די בא- ראקן זײַנען נאָר געבליבן לעבעדיקע מענטשן. שאָטנס פון מענטשן...
-- שנעלער, סערזשאנט! -- האָט סאזיקין באפוילן דעם שאָפער און א װוּנק געגעבן צו די אױיסשפּירער, זיי זאָלן זיך זעצן אפן פּלאטשיקן קאפּאָט פונעם ,וויליס". -- שנעלער!. װוּהין פאָרן?!
צוװישן די הויכע סאָסנעס האָט זיך באוויזן א טעמפּער, שווארצער אויוון. עטװאָס אין דער זײַט -- שטעכלדראָטן אין עטלעכע רייען, איבער וועלכע עס זײַנען געשטאנען היל- צערנע טורעמס מיט קוילנווארפערס, געװוענדטע אף די ביז האלב אײַנגעזונקענע אין דער ערד הילצערנע באראקן.
באם טויער האָט סורען אָפּנעשטעלט די מאשין, און אלע האָבן דערזען אף אים א שילד מיט אן אופשריפט: , ארבײַט מאכט פר?"... גלאנצנדיקע רעלסן האָבן זיך געצויגן צו דער פּעמפּיקעוואטער געבײַדע מיטן הויכן פארשווארצטן קוימען, פון וועלכן עס האָט נאָך גע- זעצט א שווארצער איפּעשדיקער רויך. צװישן די סאָסנע-ביימער האָט זיך אָנגעזען א בע- טאָנענע צװײישטאָקיקע געבײַדע, לענגויס וועלכער עס האָבן זיך געצויגן בייטן מיט בונטע בלומען, און אף א הויכן סלופּ איז געהאנגען א רעפּראָדוקטאָר, פון װעלכן עס האָט גע- פלאָסן מוזיק...
דער פּאָלקאָװניק איז אראָפּגעקראָכן פון דער מאשין, זיך ארומגעקוקט. כאָטש ארום איז געווען א געדיכטער וואלד, נאָר אָטעמען איז דאָ ניט געווען מיט װאָס. פון אלע עקן זײַנען געלאָפן אהער דערשיטערטע אױיסשפּירער.
-- כאווער גווארדיע פּאָלקאַָװניק! -- איז צוגעלאָפן א פארסאָפּעטער אװטאָמאטלער. -- כאווער קאָמדיוו!..
דער באָכער איז ניט אימשטאנד געווען בײַקומען די שטיקעניש, זיך צעוויינט אף א קאָל.
ווען ער איז א ביסל געקומען צו-זיך, האָט ער געוויזן אף די עטלעכע צוגעשלאַסענע פראכט-וואגאָנען, װאָס זײַנען געשטאנען אף די רעלסן ניט װײַט פון דעם שוארצן קיימען.
5
-- פון די וואגאָנען הערן זיך געשרייען... לעבעדיקע מענטשן זײַנען דאָרטן פאר- שפּארט...
-- װאָס זשע שטייט איר!? -- האָט סאזיקין אויסגעשריגן און זיך אװעקגעלאָזט צו די וואגאָנען. -- שנעלער קלאפּט אראָפּ די שלעסער! שנעלער!..
די אױסשפּירער האָבן זיך א לאָז געטאָן צו די פארהאקטע טירן. מיט װאָס עס האָט זיך געלאָזט -- מיט שטיינער, שטיקער אײַזן---האָבן זי אראָפּגעקלאפּט די שלעסער, צעעפנט די טירן פון די וואגאַנען און מע איז געבליבן שטיין, וי פארשטיינערט.
פארכאלעשטע מענטשן -- פרויען, קינדער, אלטע לײַט -- זײַנען געשטאנען, געזעסן, האלב געלעגן אין די וואגאַנען. מיט דערשראַקענע אויגן האָבן זי געקוקט אף די סאָלדאטן, וועלכע זײַנען געשטאנען בא די טירן.
די סאָלדאטן האָבן געהאַלפן די אומגליקלעכע אראָפּקריכן אף דער ערד. יענע האָבן געוויינט, געכליפּעט, ניט געװוּסט און ניט פאָרגעשטעלט זיך, װאָס דאָ קומט פאָר.
עטלעכע הונדערט פארוואקסענע, הונגעריקע און אויסגעצערטע מענטשן זײַנען שוין געווען אף דער פרײַער לופט. נאָר אין די וואגאָנען זײַנען פארבליבן א סאך, װאָס האָבן זיך ניט דערווארט אף זייער באפרײַונג.
פון די לאנגע הילצערנע באראקן זײַנען ארויס יענע, וועלכע האָבן זיך נאָך געקאַנט האלטן אף די פיס. אויסגעדארטע, אויסגעטריקנטע, הוט און ביין -- מיט אײַנגעפאלענע אויגן, פארוואקסענע פּענעמער, אין געשטרייפטע רעקלעך מיט אויסגעברענטע נומערן אף די הענט. אינװײיניק, אף די דרײַגאָרנדיקע נארעס זײַנען געלעגן די, װאָס האָבן זיך ניט געקאָנט שטעלן אף די פיס...
סימאַן האָט געקוקט אף אָט די לעבעדיקע מייסים און ניט געווען אימשטאנד אײַנעמען דעם מוירעדיקן הארץ-פלאטער. אפן פּלאץ האָט ער דערזען פּעק מיט מענטשלעכע האָר, מיט אַנגעװאָרפענע מיידלשע צעפּ און קינדערשע צעפּלעך. די אַקאָרשט באפרײַטע, וועלכע האָבן זיך געקאָנט באוועגן, זײַנען צוגעגאנגען צו אים און גענומען דערציילן.
-- פּאן טאָווארישטש... -- האָט זיך אָנגערופן א יונג מיידל מיט א הויל-געשוירענעם קאָפּ. -- פּאן טאָווארישטש, דאָס זעט איר אדאָלף היטלערס ציויליזאציע.. פאר דעם, װי זי האָבן געטריבן די פארורטיילטע אין די גאז-קאמערעס, האָט מען זיי אָפּגעשױירן, און די האָר אקוראט, וי איר זעט, פארפּאקעוועט און אָפּגעשיקט אין דײַטשלאנד. פון די האָר האָבן די הענקער געמאכט מאטראצן... בא מענטשן האָט מען געשונדן די הוט און פון איר גע- מאכט אבאזשורן און רידיקיולן.
סימאָן האָט ניט געקאַנט קוקן דעם מיידל אין די אויגן. יענע האָט שוין איבערגעפירט דעם בליק פון דעם בארג מענטשישע האָר אף א נאָך גרעסערן בארג מיט ברילן. הונדער- טער, טויזנטער פּאַר ברילן פון פארשיידענער גרויס --- ברילן פון עלטערע מענטשן, ברילן פון קינדער.
סימאָן איז אוועק װײַטער איבערן טויט-לאגער. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט בא א בארג שיכלעך און שטיוועלעך, באדעקטע מיט שטויב, אויסגעשמיסענע פון די רעגנס. טויזנטער, טויזנטער קינדערשע שיכעלעך און פּוישטלעך.. עטװאָס װײַטער -- בערג מיט קינדער- שפּילעכלעך; ליאלקעס, כערעלעך, פּילקעס, נאכט-טעפּלעך, וועגעלעך.
דאָס אלץ האָבן די הענקער ניט באוויזן אריבערפירן ,נאך דויטשלאנד".
עס זײַנען אָנגעקומען אלץ נײַע גרופּעס סאַלדאטן. אלע זײַנען געווען אין דער זעל- בער מאָס דערשיטערט, געקריצט מיט די ציין פון צאָרן.
סימאָן האָט געקוקט אף די סאָלדאטן און אף די באפרײַטע אסירים, וועלכע האָבן ארומ- גערינגלט זייערע באפרײַער און מיט טרערן אף די אויגן דערציילט וועגן דעם שרעקלעכן גענעם אף דער ערד.
סאזיקין איז אויך ארומגעגאנגען איבער די באראקן. געפונען דעם קינסטלער, האָט ער אים געהייסן גיין צו דער מאשין. נאָר סימאָן האָט געזאָגט, אז ער מוז זיך נאָך דאָ פאר- האלטן, ער מוז זיך דורכשמועסן מיט די באפרײַטע, עפּעס פארצייכענען.
א ביסל אָפּגעפאָרן, האָט סאזיקין געהייסן אָפּשטעלן די מאשין. ער האָט באפוילן, מע זאָל פארקערעווען צום טויט-לאגער עטלעכע קיכן, מעדיקער, װאָס האָבן זיך באוועגט מיט די קאַלאָנעס -- מע האָט געדארפט אָנהאָדעװען, ביכלאל ראטעווען די מענטשן פונעם טויט- לאגער.
20
דאָס אכצנטע קאפּיטל
פאר די פּאַר טעג, װאָס ער איז ארומגעגאנגען איבער די באראקן, האָט סימאָן געמיינט, אז ער װעט זיך רירן פונעם זינען.
ער האָט שוין ניט געקאָנט קוקן אף די לעבעדיקע שאַטנס, אף די אויסגעדארטע און אויסגעטריקנטע מענטשן, וועלכע זײַנען ארומגעגאנגען איבערן לאגער, װי פארכאַלעמטע. ער האַט זיך ניט פאָרגעשטעלט, פארװאָס האָט די גאנצע װעלט געשויגן? פאר די מיל- כאָמע-יאָרן האָט ער זיך גענוג אָנגעזען מיט שוידער, נאָר אָט דאָס, װאָס ער האָט געזען איצט, איז געווען אומבאגרײַפלעך! דאָ, אין דעם שוידערלעכן לאגער, האָט ער זיך געגעבן א שווּע, אז ער װעט דאָס לעבן ווידמענען אף באװײַזן פאר דער גאנצער װעלט אָט דאָס טײַװלאָניש ווינקעלע אין די טיפענישן פון די אלטע פּוילישע וועלדער.
זײַן דיוויזיע האָט סימאָן דעריאָגט װײַט פונעם לאגער. ער האָט אָפּגעזוכט דעם שטאב און גלײַך אוועק צו סאזיקינען. בלויז אים האָט ער פארטרויט דעם סאָד זײַנעם. און אין איינעם א שטארק צעבאָמבירט שטעטל, װוּ עס איז קימאט קיין לעבעדיקער נעפעש ניט געבליבן, האָט ער אָנגעהױבן זוכן פאר זיך א שטיל װינקעלע, ער זאָל קאַנען אַנהײבן ארבעטן.
אין א פארלאָזטן, פארוואקסענעם סאָד איז געשטאנען א צװײישטאַקיק מויערל מיט צעהאקטע טירן און פענצטער. גראָד דאָס מויערל איז געווען סימאָנען צום הארצן,
א קאלטער רעגן האַט געגאָסן פון גאנצפרי אַן. און ביז ער האָט אָפּגעזוכט אָט דאָס מויערל, איז ער דורכגענעצט געװאָרן ביז די ביינער. ער איז ארומגעגאנגען איבער די רויַנירטע צימערן, װוּ אלץ איז געווען צעשלײַדערט און צעטראָטן. דאָ און דאָרט האָכן זיך געוואלגערט דײַטשישע קאסקעס, קוילן פון אװטאָמאטן, קאָנסערוון-באנקעס, צוגעטריקנט ברויט. זעט אויס, דאָ זײַנען ערשט ניט לאנג געווען דײַטשן. אין א צווייטן צימער האָט ער געטראָפן פּונקט אזא אומאַרדענונג. נאָר דאָ זײַנען אפן דיל געווען אַנגעװאָרפן ביכער און זשורנאלן. סימאָן האָט זיך אראָפּנעלאַזט אף א צעבראָכענעם שטול און גענומען דורכקוקן די ביכער.
פּלוצעם האַט ער דערהערט טריט, און זיך אומגעקוקט. אף דער שװעל איז געשטאנען אן אלטע, אײַנגעהױקערטע באָבעשי אין שווארצן. איר לענגלעך פּאַנעם איז געווען בלאס און אויסגעצערט. אין די אויסגעדארטע הענט האָט זי געהאלטן א רענצל.
-- דזיען דאָברי, פּאן!.. -- האָט זי מיט ניט קיין זיכערער שטים זיך געווענדט צום אומבאקאנטן. -- און איך האָב געמיינט, אז מײַן סטעפאן האָט זיך אומגעקערט... מײַן איין- און-איינציקן זון האָבן די שוואבן פארטריבן אין לאגער, דערשטיקט האָבן זי אים, מאטקא באָסקא... נישטאָ מײַן סטעפאן... נו, און מײַן אלטן, קאזימירן, האָבן זי געוויס אויך דערשאָסן.. ער איז אוועק צום קאָמענדאנט בעטן, מע זאָל באפרײַען סטעפאנען... און זיך ניט אוממ- געקערט...
מיט אירע אויסגעוויינטע אויגן האָט זי באטראכט דעם אומעטיקן סאָלדאט און געפרעגט:
-- נו, פּאן, די שוואבן װעלן מער אהער שוין ניט קומען? איך מעג שוין ארויסקריכן פון מײַן לעבעדיקן קייווער? -- און א װײַז געטאָן אפן האלב-אײַנגעפאלענעם קעלער, װאָס אין צווייטן עק סאָד.
-- געוויס, פּאני, -- האָט ער געענטפערט, און זיך אופגעהויבן אף די עטלעכע סקרי- פּענדיקע טרעפּלעך אין אייבערשטן צימער.
אף די דורכגעלעכערטע פון שפּליטערס װענט זײַנען געהאנגען עטלעכע פּייזאזשן און נאטיורמאָרטן, געמאכטע, זעט אויס, פון א ניט געניטער האנט. די אלטע איז געשטאנען אין איר שווארצן אָנטאָן און נאָכגעשפּירט נאָכן שװײַגעװדיקן סאָלדאט.
-- פּאני, װער האָט עס בא אײַך דאָ געמאָלט? -- האָט ער געפרעגט.
-- אַ, פּאז! -- איז זי געװאָרן אופגעלעבט. -- דאָס האָט געמאָלט מײַן סטעפאן, ער האָט געלערנט מאָלערײַ, נאָר איך האָב אים צוגענומען פון דער סטודיע און געצװונגען לער- נען יוריספּרודענץ. אדװאָקאטן זײַנען רײַכע מענטשן, און קינסטלער הונגערן.. ער האָט געענדיקט אף אדװאָקאט און אין דער פרײַער צײַט געמאָלט...
זי האָט פארהויבן די פּאַלע פון איר אָפּנעבליאקעװעטן שווארצן מאנטל און אָפּגעװישט דעם שטויב פון די בילדער.
87
-- פּאני, און מיט װאָס פאר א מאטעריאל האָט אײַער סטעפאן געמאָלט? -- האָט סי- מאָן געפרעגט.
-- װאָס זשע, דער פּאן איז אויך א מאָלער?
סימאָן האָט א שמייכל געטאָן.
-- ווען איך האָב מאטעריאל, פּאני, װאָלט איך עפשער געפּרוװוט עפּעס אָנשרײַבן..
די אלטע איז פלינק אראָפּ פון די טרעפּלעך, אוועק צום קעלער און אין עטלעכע מינוט ארום געבראכט אן אָפּגעריבענעם טשעמאָדאן. פון אונטער דער שאפע האָט זי ארויסגע- שלעפּט א פארשטויבטן מאָלבערט, לאנג און טרויעריק געשאַקלט מיטן קאָפּ:
-- מײַן סטעפאנען װעט עס שוין מער ניט צוניץ קומען...
און איבער אירע אײַנגעפאלענע באקן האָבן זיך אָנגעהױבן קײַקלען טרערן.
סימאָן האָט ניט זיכער ארויסגערעדט:
-- אויב איך װעל אײַך, פּאני, ניט שטערן, װעל איך זיך דאָ באזעצן און ארבעטן ביז אונדזער טייל װעט דאָ שטיין...
-- אום גאָטעס ווילן, פּאן! -- האָט זי א הייב געטאָן די הענט צום הימל. -- נאָר װי װעט איר דאָ װוינען? אָט װעלן זיך אָנהײיבן די רעגנס, קעלטן...
-- א סאָלדאט איז צו אלץ געװוינט... -- האָט ער געענטפערט, קוקנדיק מיט שײַנענ- דיקע אויגן אפן מאָלבערט, אף די איבערגעטריקנטע פּענדזלען, קארטאָנעס, פארב און בלײַ- ערס, װאָס איז געלעגן אינעם צעעפנטן טשעמאָדאן.
-- פַּאן, איך האָב צו אײַך א באקאָשע... -- האָט די אלטע זיך אָנגערופן, -- איך האָב דאַ מוירע בלײַבן... די שוואבן שיסן אהער. איך װעל גיין אין דאָרף, װוּ עס װוינט מײַן קו- זינע. דאַרטן װעל איך איבערזיצן די שווערע צײַט. דאָ איז ניטאָ װאָס צו עסן... איך װעל אײַך בעטן, איר זאָלט אָפּהיטן מײַן שטוב. זי זאָל, באהיט גאָט, ניט אַפּגעברענט װערן... איך זע, איר זײַט א גוטער מענטש...
זי האָט זיך געקליבן אװעקגיין, נאָר לויט אירע איבערגעטריקנטע ליפּן האָט סימאָן געזען, אז זי איז הונגעריק. גענומען אין די הענט זײַן סאָלדאטיש רענצל, האָט ער עס שנעל צעבונדן און פון דאָרטן ארויסגענומען א באנקע קאַנסערוװון, א הרודקע צוקער און א שטיק ברויט -- אלץ, װאָס ער האָט פארמאָגט, און עס איבערגעגעבן דער אלטיטשקער.
-- עסט געזונטערהייט, פּאני... אז איך װעל נאָך עפּעס קריגן, װעל איך אײַך גערן איבערגעבן...
-- צוליב װאָס! -- האָט זי זיך געכאפּט, קוקנדיק מיט הונגעריקע אויגן אף דעם ביסל גוטס. -- דאָס איז דאָך איצט וװוערט א מאיאָנטעק!.. און איר פּאן... איר װאָס װעט עסן?..
-- א סאָלדאט װעט זיך שטענדיק געבן אן אייצע, פּאני. אויב איר קלײַנט זיך אוועק- גיין פונדאנען, װעט עס אײַך צוניץ קומען.
מיט ציטערנדיקע הענט האָט זי גענומען די מאטאָנע און אים אָנגעװינטשעװעט, ער זאָל א געזונטער און לעבעדיקער זיך אומקערן צו זיך אהיים -- צו װײַב און קינדער. פארכאפּט מיט זיך איר רענצעלע, איז זי ארויס און זיך אװעקגעלאָזט מיט דער פארוואקסענער סטעזש- קע צום ברייטן שליאך.
סימאָן איז געבליבן איינער אליין אינעם צימער מיט די דורכגעלעכערטע וענט. די אומאַרדענונג האָט אים ניט געשראָקן. ער װעט באלד מאכן דאָ א שטיקל אָרדענונג און אוועקשטעלן דעם מאָלבערט. אין הארצן האָט ער געדאנקט דעם אומבאקאנטן אדװאָקאט סטעפאנען, וועלכער האָט ליב געהאט אין די פרײַע שאָען מאָלן.
אין א פּאַר שאַ ארום, ווען ער האָט ווי-ניט-איז אופגעראמט אין צימער, פארקלאפּט די צעמאזיקטע פענצטער מיט ברעטלעך, האָט ער אװעקגעשטעלט אפן מאָלבערט א גרויסן קארטאָן און מיט קויל גענומען מאָלן די שווארצע טורעמס, װוּ עס זײַנען געשטאנען די פא- שיסטישע הענקער מיט די קוילנווארפערס.
ער האָט געארבעט פּלײַסיק, שנעל, ארײַנגעלײגט אין דעם בילד דאָס גאנצע אַנגע- ווייטעקטע הארץ.
ער האָט אָפּגערוקט דעם בויגן אין א זײַט, ער זאָל זיך צו אים שפּעטער אומקערן, און אוועקגעשטעלט א נײַעם בויגן, אָנגעהױיבן מאָלן די מיידלעך מיט געשוירענע קעפּ, די הונ- געריקע, אויסגעצערטע קינדער אף די נארעס אין דעם װיסטן באראק...
ער האָט געמאָלט אויך יענע, וועלכע זײַנען לויט א נעס געראטעװועט געװאָרן פון די גאז-קאמערעס... וי זיי שטייען פארכאלעשטע, מערער טויט, װי לעבעדיק.
סימאָן האָט געװוסט, אז ער װעט שוין ניט קאָנען שלאָפן, רוען, ביז ער װעט ניט אַנשרײַבן דעם גאנצן שוידער פון דעם, װאָס ער האָט געטראָפן אינעם טויט-לאגער.
35
עטלעכע װאָכן זײַנען דורך, װי אין א כאָלעם. אין א װינקל, ניט װײַט פונעם מאָל- בערט, האָט סימאָן זיך געמאכט א שטיקל געלעגער. פאר א קישעלע האָט אים געדינט זײַן סאַלדאטיש זעקל. וי נאָר דער באגינען האָט זיך באוויזן, האָט סימאָן זיך געשטעלט צו דער ארבעט. איין מאָל אין טאָג האָט ער זיך ארויסגעכאפּט אין צווייטן עק שטעטל, װוּ עס זײַנען געשטאנען די סאָלדאטישע קיכן, באקומען א קעסעלע קאשע, א זשמעניע סעכערעס, א פּאַר שטיקער צוקער און געײַלט צו זיך, אין אטעליע", קעדיי ניט דורכלאָזן די באטאָגיקע שײַן. אין די ארומיקע פארלאָזטע הײַזער האָט ער אָפּגעזוכט שטיקער לײַװנט, אינסטרומענטן און געמײַסטרעװעט רעמלעך, אָנגעצױגן אף זי די לײַװנטן. אפן אייוועלע, װאָס ער האָט צו- נויפגעלייגט פון ציגל, האָט די גאנצע צײַט געזשומעט דאָס טשײַניקל, און ווען אים איז באפאלן די מידקײַט, האָט ער געטרונקען הייסן אַקרעפּ, פארייכערט און װידער זיך גענו- מען פאר דער ארבעט.
ער האָט זיך אליין ניט פאַרגעשטעלט, װאָס װעט דערפון ארויסקומען, װיָאזיי װעט ער מיט זיך מיטנעמען די אלע בילדער, װען די דיוויזיע װעט אװועק װײַטער און אים װעט אויסקומען פארלאָזן זײַן אומגעוויינלעכע ,אטעליע"? נאָר ער האָט געדארפט װאָס גיכער ארויסזאָגן אלץ, װאָס עס האָט זיך געריסן פון זײַן אַנגעװײטעקטער נעשאָמע.
אינגיכן איז דער ארום שטיל געװאָרן. דער פראַנט האָט זיך אָפּגעשטעלט ערגעץ ניט װײַט, אפן װײַסל. פון יענער זײַט טײַך איז געלעגן ווארשע אין שרעקלעכע רויַנען.
סאזיקינס דיוויזיע האָט מען אף א קורצער צײַט אָפּגעפירט אין צװייטן עשעלאָן, אָפּ- רוען און פארפולן די שיטערגעװאָרענע רייען. סימאָן האָט באקומען א מעגלעכקײַט פאָר- זעצן זײַן ארבעט אין זײַן {אטעליע".
װײניק-ווער ס'האָט געװוּסט, װוּ איז זײַן ,פּאלאץ" און װוּ ער ארבעט. עס האָבן אים אויך פארלוירן זײַנע פרײַנט פון דער ארמיייִשער צײַטונג.
אין א שטיקל צײַט ארום איז די דיוויזיע אוועק פאָרויס און זיך גענומען פארפעסטיקן אף נײַע פּאָזיציעס.
אין איינעם א פרימאַרגן, ווען סימאַן איז שוין געשטאנען בא דער ארבעט, האָט ער דערהערט. װי א מאשין האָט זיך אָפּנעשטעלט לעבן טיער און א באקאנטע שטים האָט אויסגעשריגן:
-- פאראן דאָ לעבעדיקע מענטשן?
אויסגעווישט די הענט אינעם עק פון זײַן גימנאסטיאָרקע, האָט ער זיך אראָפּגעלאָזט צו דער טיר.
-- ראָבינזאָן קרוזאָ אפן פּראַנט!.. -- האָט סאזיקין זיך פאנאנדערגעלאכט, -- איז אָט װוּ איר האָט זיך אויסבאהאלטן!..
סימאָן האָט זיך געקווענקלט, צי זאָל ער אים באװײַזן זײַנע ארבעטן. נאָר סאזיקין האָט ניט געווארט אף קיין אײַנלאדונג און זיך אופגעהויבן אף די סקריפּענדיקע טרעפּלעך:
-- אנו באװײַזט אײַער פּאלאץ... איך זע, איר האָט זיך דאָ פײַן אײַנגעאָרדנט.
דערזען די בילדער לענגויס די ווענט, איז ער געװאָרן איבעראשט. ער איז געשטאנען, געקוקט און קיין װאָרט ניט אויסגערעדט. ער האָט זיך אראָפּנעלאָזט אף א קעסטל, אראָפּ- גענומען די פּילאָטקע, אראַפּגעװאָרפן אפן דיל דעם לאנגן ברעזענטענעם רעגנמאנטל און אלץ געקוקט אף די בילדער. דערנאָך האָט ער געכאפּט א קוק אף סימאָנען, וועלכער איז געשטאנען אין א זײַט, צוגעטוליעט צו דער וואנט, װי א מענטש, װאָס האָט ניט קיין שום שײַכעס צו אָט די בילדער.
סאזיקין האָט זיך ניט געקאַנט פאָרשטעלן, װי האָט סימאָן פאר אזא קורצער צײַט גע- קאָנט אופשטעלן די גאנצע פּאנאַראמע פון דעם שוידערלעכן טויט-לאגער? אף דעם מאָל- בערט האָט ער באמערקט א נאָך ניט פארענדיקט בילד פון דעם פאשיסטישן הענקער, דעם שעף פון דעם טויט-לאגער, מיט זײַן טײַװלאַניש שמייכעלע, װועלכער שטייט באנאנד מיט זײַן הונט און קוקט מיט טײַנעג, װי מע טרײַבט די פארמישפּעטע אין גאז-קאמער.
לאנג איז סאזיקין געזעסן, ניט געקאָנט אָפּרײַסן דעם בליק פון די בילדער. ער האָט ניט געװוּסט, װי ער זאָל אויסדריקן סימאַנען זײַן באגײַסטערונג פאר דער טיטאנישער אר- בעט. ער איז צוגעגאנגען צום קינסטלער, לאנג געקוקט אים אין די טרויעריקע אויגן און, ניט אויסגערעדט קיין װאָרט, אים שטײַף ארומגענומען, צוגעדריקט צו זײַן ברוסט, אים גע- נומען קושן, פילנדיק, װי עפּעס א קנויל האָט אָגעהױבן שטיקן זײַן האלדז.
-- אָט דאָס דארפן אלע זען... אלע! -- האָט ער געזאָגט, און זיך װוידער אראָפּגעלאָזט אפן קעסטל.
סימאָן האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ:
9
-- עס איז נאָך נישטאָ װאָס צו זען, -- האָט ער זיך שטילערהייט אָנגערופן, -- איך דארף נאָך א סאך ארבעטן, קעדיי עס קאָנען באװײיזן...
-- און מיר דאכט זיך, אז מער דארפט איר שוין דאָ גאָרניט צוגעבן... אזוי דארף דאָס בלײַבן... איך װעל באפוילן אָפּזוכן פאר אײַך א מער צוגעפּאסטע דירע. עס דערנעענטערן זיך די קעלטן, און איר װעט דאָ ניט קאַנען ארבעטן..
-- ניין, ניין! -- האָט סימאָן דערווידערט. -- קיין בעסערע װוינונג דארף איך ניט..
-- װאָס דארפט איר, איר זאָלט קאָנען פארענדיקן אײַער ארבעט?
-- די ארבעט װעל איך קײינמאָל ניט ענדיקן.. דאָס װעל איך מאָלן דאָס גאנצע לעבן...
פארייכערט דעם דיקן מאכאָרקע-ציגאר, האָט סימאָן צוגעגעבן:
-- איך װעל אײַך בעטן, איר זאָלט קיינעם װעגן מײַן ארבעט ניט דערציילן. איך מוז האָבן צײַט אף ברענגען דאָס אלץ צו א טיקן... דאָס איז מײַן גרויסע באקאָשע צו אײַך.
דערזען, װי דער טשײַניק האָט גענומען זידן, האָט סימאָן אים אָפּגערוקט פונעם פײַער און זיך אָנגערופן:
-- עפשער װעט איר אויסטרינקען א קווערטל טיי? דאָס הייסט, אָקרעפּ?
סאזיקין איז צוגעגאנגען צום אייוועלע, א קוק געטאָן אין קעסעלע, װוּ עס איז געווען א ביסל פארטריקנטע הירזשענע קאשע, און זיך אָנגערופן צו סורענען, װאָס איז אהער ארײַנגעגאנגען:
-- סערזשאנט, װאָס זשע טראכסטו זיך, מײַן טײַערער? איך האָב דאָך דיך געבעטן, זאָלסט זען, אונדזער קינסטלער זאָל ניט זײַן הונגעריק!.. זעסטו דאָך, אז ער איז אינגאנצן פארטאָן אין זײַן ארבעט און פארגעסט אָפט אינעם עסן.
און קעדיי ניט באליידיקן סימאַנען צוגעגעבן:
-- נאָר א קווערטל טיי װעלן מיר מיט פארגעניגן אויסטרינקען!..
סימאָן האָט זיך דערפרייט, װאָס זײַן פרײַנט איז מאסקים געווען טיילן מיט אים דעם ניט שטארק געהויבענעם ווארמעס, נאָר זיך פארשעמט, װאָס ס'איז ניטאָ מיט װאָס אים מע- כאבעד זײַן. אָנגעגאָסן אין דרײַ קאָנסערװן-קעסטעלעך אָקרעפּ, דערלאנגט די פּאָר שווארצע סעכערעס, צעהאקט די הרודקע צוקער אף דרײַ טיילן, האָט ער א פארלוירענער צעפירט מיט די הענט:
-- ביטע, טרינקט, און אנטשולדיקט, װאָס איך קאַן בעסער ניט אופנעמען אזעלכע גו- טע געסט..
סאזיקין האָט גענומען טרינקען דעם אָקרעפּ און, אן אופגערעגטער, א קוק געטאָן אף סורענען:
-- טרינק, טרינק, גווארדיע-סערזשאנט... זייער געשמאקע טיי... באזונדערס די סע- כערעס... דו קלאָגסט זיך, דאכט זיך, אף די ציין?..
יענער האָט זיך גערויטלט, געבייזערט זיך אף זיך אליין, לעמײַ ער האָט אינגאנצן פארגעסן אינעם קינסטלער, וועמענס בילדער האָבן אים אויך אופגעטרייסלט.
-- כאווער גווארדיע-פּאָלקאָװניק... -- האָט זיך אָנגערופן סורען, -- איך װעל צולויפן צו די אינטענדאנטן עפּעס קריגן,
-- דאָס װעסטו טאָן שפּעטער, סורען!.. -- האָט סאזיקין אים אָפּגעשטעלט. -- פריִער טרינק אויס דעם אָקרעפּ. א שאָד, װאָס דו קאָנסט ניט מאָלן, איך װאָלט דיך אוועקגעזעצט אין אזא קאלטער כאלופּע, זאָלסט אויך אזוי אָן עסן ארבעטן טאָג און נאכט..
-- אנטשולדיקט, כאווער גווארדיע-פּאָלקאָוניק...
-- ניין, ניין, איך װעל ניט אנטשולדיקן! אויב דאָס װעט זיך איבערכאזערן, װעל איך דיך, סורען אוועקזעצן אף אזא פּאיאָק... -- האָט ער א װונק געטאָן אפן קווערטל אָקרעפּ און אפן סעכערל.
סימאָן האָט געפּרוּװוט פארענטפערן דעם שאָפער:
-- איך הונגער דאָך ניט... דער איקער, איך זאָל קאָנען רויִק ארבעטן... מיך באפרי- דיקט דאָ אלץ..
סימאָן האָט טאקע איצט גאָרניט געדארפט. דאָס, װאָס דער פּאָלקאָװניק און סורען זײַנען אזוי באגײַסטערט פון זײַן ארבעט, איז פאר אים געווען טײַערער פון אלץ אף דער וועלט.
סאזיקין האָט ווידער אים הארציק באגריסט, און זיך שנעל געלאָזט צו דער מאשין, אף וועלכער עס איז שוין, א פארשעמטער, געזעסן סורען גאלאדזע.
40
דאָס נײַנצנטע קאפּיטל
אינעם צעמאזיקטן שטיבל מיט די צעבראָכענע טירן און פענצטער האָט סימאָן געאר- בעט מיט באזונדערן פלײַס. אין די קורצע האפּסאָקעס האָט ער געקעמפט מיט דער קעלט -- פארשטעקט אלע לעכער, געהייצט דאָס הרובקעלע, קעדיי אונטערהאלטן די ווארעמקײַט אין זײַן גרויסן פארנאכלעסיקטן צימער. פון מאָל צו מאָל זײַנען געקומען צו אים די מיטארבע- טער פון דער ארמיייִשער צײַטונג, און ער האָט צוביסלעך געמאָלט עפּעס אויך פאר איר, נאָר איבערהויפּט איז ער געווען פארטאָן אין פארווירקלעכן זײַן פּלאן: אָנשרײַבן דאָס, װאָס ער האָט געזען און איבערגעלעבט. זעט אויס, די דיוויזיע װעט זיך דאָ פארהאלטן און מע דארף אויסנוצן די צײַט אף פארענדיקן די סעריע בילדער, װאָס ער האָט פארטראכט. מעג- לעך, אז מיט דער צײַט װעט זיך אים אײַנגעבן איבערשיקן זײַנע ארבעטן קיין קיעוו און קיין מאָסקװע צו זײַנע פרײַנט.
איין זאך האָט אים אָבער אינגיכן אָנגעהױבן ערגערן. סאזיקין האָט ניט אויסגעפילט זײַן ביטע, און וועגן סימאָנס ארבעטן האָט מען זיך דערװוּסט אין פּאָליט-אָפּטײל פון דער ארמיי.
ער האָט זיך געבייזערט אף סאזיקינען, נאָר יענער איז ניט געווען שולדיק. ער איז די גאנצע צײַט געווען אונטערן אײַנדרוק פון זײַנע בילדער און דאָס ניט געקאַנט האלטן אין זיך. און איינמאָל, ווען עס זײַנען געקומען צו אים דער קאָמאנדארם און דער נאטשאל- ניק פונעם פּאָליט-אָפּטײל, האָט ער צופעליק זיך ארויסגעכאפּט און דערציילט װעגן דעם קינסטלער און וועגן זײַנע ארבעטן,
דעם זעלבן פרימאָרגן האָט זיך דער דרײַלינג אװעקגעלאָזט צו דעם פארװאָרפענעם שטיבל און געטראָפן דעם קינסטלער פארטאָן אין זײַן ארבעט. ווען ער האָט דערזען די אומ- געריכטע געסט, האָט ער זיך אינגאנצן פארלוירן. ער איז געשטאנען אינעם אונטערשטן העמד מיט פארקאטשעטע ארבל, אן אויסגעשמירטער אין פארב, א פארוואקסענער, װי א רועך.
סימאָן האָט ניט געװװוסט פאר װאָס זיך פריער נעמען. ער האָט אָנגעהױבן ארופשלעפּן אף זיך די צעקנייטשטע גימנאסטיאָרקע, זוכן דאָס היטל, קעדיי באגריסן די הויכע נא- טשאלסטווע, נאָר מע האָט אים בארויקט. עס מאכט ניט אויס.
יל האָבן זיך אויסגעזעצט, װוּ עס האָט זיך געמאכט, און סימאָן האָט אָנגעהױבן בא- װײַזן זײַנע בילדער. דעם פרימאָרגן איז געבוירן געװאָרן די אידיי, מע זאָל אין דער ערשטער באפרײַטער פּוילישער שטאָט אָרגאניזירן אן אויסשטעלונג פון סימאָנס בילדער. ביז איצט, האָט קיין איין קינסטלער אין דער ועלט ניט אָנגעמאָלט די שוידערלעכע פארברעכנס פון די פאשיסטישע טאליאָנים. אזעלכע בילדער מוזן זען אלע -- מיליטערישע און ציווילע.
סימאָן איז געװאָרן איבעראשט. אָט דאָס יל ער דאָך! זאָלן אלע זען, װאָס די הענקער האָבן געטאָן מיט מענטשן! זאָלן די בילדער דינען אלס באשולדיקונגס-אקט קעגן די נא- ציסטישע פארברעכער!
ווען די געסט האָבן פארלאָזט סימאָנס ,אטעליע", האָט ער זיך גענומען צו דער ארבעט נאָך מיט מער פלײַס. ער האָט ניט באוויזן זיך ארומקוקן, װי סאיז געקומען דער טיפער הארבסט, עס האָט זיך דערנעענטערט דער טאָג, װען מע האָט געדארפט איבערפירן די בילדער אין מוזיי פון דער באפרײַטער שטאָט און עפענען די אויסשטעלונג. די געבײַדע פונעם מוזיי איז געשטאנען א האלב פארברענטע, אָן טירן, אָן פענצטער. נאָר די אָרטיקע אײַנװוינער האָבן צוגעזאָגט ברענגען אין פולער אַרדענונג דעם גרויסן זאל פונעם מוזיי, קעדיי די אויסשטעלונג זאָל געעפנט װוערן צו דער צײַט.
סימאָן האָט זיך איבערגעקליבן אין דער שטאָט, װוּ עס האָט זיך געזאָלט עפענען די אויסשטעלונג. ער האָט דאָ אויך זיך פארקליבן אין א פּוסט שטיבל אין דער פאָרשטאָט. ער איז פאר דער צײַט געװוינט געווען ארבעטן, װוּ עס מאכט זיך. אז ער האָט אויסגעקליבן עטלעכע פרײַע שאָ, איז ער אוועק אין מוזיי און צוזאמען מיטן היגן אוילעם פאנאנדערגע- האנגען די בילדער.
די יעדיִע װעגן דער אויסשטעלונג פון א רוסישן סאַלדאט, א קינסטלער, האָט אופגע- רודערט דעם גאנצן אוילעם. אוב אין אזא צײַט, ווען די מילכאָמע איז אזוי נאָענט, גרייט זיך אן אויסשטעלונג, איז דאָס דער בעסטער סימען, אז די סאָוועטישע ארמיי איז זיכער אין אירע קויכעס.
41
אין דער שטאָט האָט מען איבערדערציילט גאנצע לעגענדעס װעגן דעם רוסישן סאָל-
דאט. אייניקע האָבן דערוויזן, אז דאָס איז ער אליין, דער קינסטלער, געווען אין טויט-לא- גער, און איצט האָט ער אָנגעמאָלט אלץ, װאָס ער האָט אליין איבערגעלעבט. אנדערע האָבן געזאָגט, אז דאָס האָט אים די רוסישע ארמיי אראָפּגעװאָרפן מיט א פּאראשוט אין דעם טײַװלאָנישן וואלד און ער איז געהיים ארײַנגעדרונגען אין די באראקן. 3 גאנצע טעג האָבן מענגעס מענטשן באלאגערט די געבײַדע, װעלנדיק כאָטש מיט איין אויג א קוק טאָן אף די בילדער און אף דעם קינסטלער. און קיינער האָט זיך ניט אַנגע- שטויסן, אז זיי זעען אים אלע טאָג, אז אָט דער אויסגעדארטער און בלייכער סאַלדאט מיטן צעקנייטשטן שינעל און אויסגעריבענע קירזעווע שטיוול, אָט דער, װאָס איז מיט גאַרנישט ניט ענלעך ניט אף קיין עכטן סאָלדאט און ניט אף קיין עמעסן קינסטלער, איז דער שעפער פון די אלע שוידערפולע בילדער.
פאר דער צײַט, װאָס ער האָט געגרייט די אויסשטעלונג, האָט סימאָן ניט געקאָנט בײַ- קומען דעם אלץ וואקסנדיקן אומרו. װי װעט דער אוילעם אופנעמען זײַנע בילדער? דער היגער צושויער איז אים געװען אינגאנצן אומבאקאנט. עמעס, ערעוו דער מילכאָמע זײַנען א ריי לײַװנטן זײַנע געווען ארויסגעשטעלט אין ווארשע. נאָר נאָך אזא כורבן!
שאָענװײַז איז ער געשטאנען אינעם שלעכט-באלויכטענעם זאל און באטראכט זײַנע בילדער. עפּעס זײַנען זי אים אינגאנצן ניט געפעלן, כאָטש אלע, װאָס האָבן געזען זײַנע לײַװנטן, זײַנען געווען דערשיטערט.
ער האָט געהערט באגײַסטערטע אָפּרופן פון די, װאָס האָבן איניינעם מיט אים געבראכט אין אָרדענונג דעם זאל. אָבער ער האָט ניט געפילט קיין פולע באפרידיקונג פון זײַן ארבעט, זיר געבייזערט אף זיך אליין. ווען ער קען, װאָלט ער אָפּגעלײגט די אויסשטעלונג און אָן- געשריבן אלע בילדער אפסנײַ.
געציילטע טעג זײַנען געבליבן ביז דער עפענונג. אין שטאָט זײַנען שוין געװען צע- האנגען אפישן און פּלאקאטן. אין דער פּוילישער צײַטונג, װאָס האָט אָקאָרשט אַנגעהויבן דערשײַנען, האָבן זיך באוויזן מעלדונגען וועגן דער אויסשטעלונג. און שוין פון גאנצפרי האָבן דעם ארײַנגאנג אין זאל באלאגערט הונדערטער מענטשן.
די גאנצע נאכט האָט געשאָטן א שניי. באגינען האָט אָנגעהױבן גיסן א קאלטער רעגן. דורך אלע לעכער האָט געבלאָזן א שטעכיקער ווינט. סימאָן איז געלעגן אין שינעל, אין די פארבלאָטיקטע שטיוול, אין היטל. ערשט פארטאָג איז ער א ביסל אײַנגעשלאָפן מיט א טיפן שלאָף. דאָס ערשטע מאָל פאר די לעצטע כאדאָשים. ער האָט זיך אופגעכאפּט, א קוק גע- טאָן אפן וואנט-זייגער און זיך א כאפּ געטאָן פארן קאָפּ. אלץ פארשלאָפן! די אויסשטעלונג האָט זיך שוין, זעט אויס, לאנג געעפנט. דאָס הארץ איז פארקלעמט געװאָרן. װאָס טוט מען? שוין באלד האלבער טאָג, און ער האָט דאָרטן געדארפט זײַן צו נײַן אזייגער. עס װעט דאָך קומען די גאנצע נאטשאלסטווע, די צײַטװײַליקע רעגירונג און מע װעט געויס זיך ועלן באגעגענען מיט אים.
סימאָן האָט זיך געלאָזט לויפן צום צענטער פון שטאָט. א פארשוויצטער, א פארפּאליע- טער, מיט א צעכראסטעטן שינעל, אן אויסגעשמירטער אין װײַסער ליים, איז ער געקומען צו לויפן צו דער געבײַדע פון מוזיי.
ער האָט קוים זיך דורכגעשטויסן נעענטער צום ארײַנגאנג, נאָר דעם װעג האָבן אים פארשטעלט צוויי אװטאָמאטלער, וועלכע זײַנען געשטאנען בא די טרעפּ. א פולבלעכער סטארשינא האָט אָפּגעמאָסטן דעם סאָלדאט פון קאָפּ ביז די פיס.
-- װוּהין?! -- האָט סימאָן דערהערט א דראָענדיקע שטים. -- פונוואנען האָסטו זיך גענומען אזעלכער? ווילסט עפשער אף דער האופּטוואכטע?..
סימאָן איז געבליבן שטיין א פארלוירענער. ער האָט געװאָלט עפּעס דערקלערן דעם סטארשינא, נאָר יענער האָט אים שטרענג אָפּנעשטעלט:
-- די מינוט זאָל איך דיך דאָ ניט זען! טו אף זיך א קוק, א ביזאַיען! ניט געגאַלט, צעשויבערט, און דער שינעל... די שטיוול... די גאנצע נאטשאלסטווע איז איצט אין זאל, אליין דער מארשאל ראָקאָסאָווסקי!
סימאָן האָט װידער געפּרוּװט עפּעס זאָגן, נאָר דער סטארשינא האָט אים אָפּגעשטױסן פונעם ארײַנגאנג:
-- איך זאָל דיך דאָ מער ניט זען! אויב דו װילסט ניט טרעפן אין קאָמענדאטור!
42
ניין, סימאָן האָט ניט געװאָלט אין קאַמענדאטור און אָפּגעגאנגען אין א זײַט. ער האָט געכאפּט אף זיך פיל פארװוונדערטע בליקן און א טראכט געטאָן, אז עפשער איז טאקע דער סטארשינא גערעכט, און איז שנעל אוועק אהיים.
ער האָט ניט געװוסט, וויפל צײַט עס איז אװעק. פּלוצלינג האָט ער דערהערט א טומל און צו אים האָט א בייזער זיך ארײַנגעריסן דער שאָפער סורען.
-- דו ביסט א מענטש, צי ניט קיין מענטש, קאצאָ?!-- האָט ער געשריגן. -- איך האָב זיך שוין ארויסגעשלאָגן פון די קויכעס... צוויי שאָ יאָג איך ארום איבער דער שטאָט, װי א פארסאמטער, און זוך דיך! װוּהין ביסטו פארפאלן געװאָרן? דאָרטן טוט זיך כוישעך. אלע זוכן דיך. דער מארשאל ראַקאָסאַװוסקי האָט באפוילן דיך ברענגען אום יעדן פּרײַז... דאָרטן איז פאראן די בארימטע שרײַבערן וואנדא וואסיליעווסקאיא מיט דער גאנצער פּוױלישער רעגירונג... אלע ווארטן, ווילן דיך זען, און דו זיצסט דאָ באם אייוועלע און טריקנסט די אַנעטשעס..
-- איך װעל, סורען, אין ערגעץ ניט גיין... זעסט ניט, װי איך זע אויס... א ביזאָיען! און װאָס זאָגן זיי?
-- װאָס זאָגן זיי! װאָס זאָגן זײי! -- האָט סורען נאָך מערער זיך געביזערט. -- זיי האָבן באפוילן, איך זאָל דיך אונטער דער ערד געפינען און ברענגען.. װען דוֹ זעסט, װאָס עס טוט זיך דאָרט! מענטשן שטייען בא די בילדער און טרערן גיסן זיך פון זייערע אויגן. שנעלער, שנעלער...
סורען האָט אים אונטערגעכאפּט און זיך מיט אים אװעקגעלאָזט צו דער מאשין. זינט ער איז א שאָפער אף דער װעלט, האָט ער נאָך קיינמאָל אזוי ניט געיאָגט. פון מאָל צו מאָל האָט ער געװאָרפן א בליק אף סימאָנען און געקוקט אף אים מיט גאָר אנדערע אויגן.
וועז סורען איז צוגעפלויגן אף זײַן ,וויליס" צום ארײַנגאנג. װאָס איז געווען באלא- גערט פון אלע זײַטן, און א נעם געטאָן סימאַנען פאר דער האנט, האָט דער אַנגעדראַ- לענער סטארשינא װידער געפּרוווט פארהאלטן דעם סאָלדאט, װעמען ער האָט שוין איין מאָל דורכגעטריבן, נאָר סורען האָט אים אָפּגעשטױסן.
דערזען דעם קינסטלער, זײַנען אלע געװען שטארק פארװוּנדערט אין נאָך מערער אנטוישט. נאָר מע האָט אים ארומגערינגלט אין אן ענגן קרײַז און גענומען דריקן די האנט, דער מארשאל ראָקאָסאָוװסקי איז צוגעגאנגען צו אים, אָפּגעמאָסטן פון קאָפּ ביז די פיס און א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, פּרװװונדיק אײַנהאלטן דאָס שמייכעלע, װאָס האָט באשײַנט זײַן ריין געגאָלט פּאָנעם. דאָס שמייכעלע האָט געקענט באטײַטן ,אאָ, מײַן טײַערער, ווען דו ביסט ניט דער שעפער פון אָט דער װונדערלעכער אויסשטעלונג, װאָלט איך דיך פאר דײַן הוילעך שטרענג באשטראָפט, נאָר קיין זיגער מישפּעט מען דאָך ניט."
ער איז צוגעגאנגען צום קינסטלער, ארומגענומען און שטארק א דריק געטאַן די האנט:
דיי 1 האָט אָפּגעטאָן א גרויסע זאך פאר פּױלן, פאר אונדז אלעמע.. -- סימאַן מארקוס האָט ניט געװוּסט, װאָס ער זאָל ענטפערן. סאזיקין, װאָס איז געשטאנען באנאנד מיט אים, האָט אים עפּעס געשעפּטשעט אפן אויער, נאָר יענער האָט ניט געהערט, ער האָט ביכלאל ניט געוװוסט, אף װאָס פאר א װעלט ער איז.
דערנאָך איז ער געשטאנען אין א זײַט און נאָכגעשפּירט, מיט װאָס פאר אן איגן מענטשן באטראכטן זײַנע בילדער. ער האָט געזען טרערן אף די אױגן, סינע און צאָרן אף די פּענעמער. הייסט עס, זײַנען ניט אומזיסט געווען זײַנע שלאָפּלאָזע טעג און נעכט, זײַן מוירעדיק-שווערע האָרעוואניע...
ער האָט נאָך קינמאָל, װי איצט, ניט געפילט, וי זײַן ארבעט איז נייטיק די מענטשן. אפילע אין אזא צײַט...
דאָס הארץ איז געווען איבערפולט מיט גליק, מיט שטאָלץ און מיט אומרו. אים איז שווער געווען צוקוקן, װי מענטשן, מיט די אויסגעברענטע נומערן אף די הענט, קוקן אף די בילדער און באוואשן זיך מיט טרערן. שװער געװען דאָס אויסהאלטן. אומבאמערקט פאר אלעמען איז ער ארויס פונעם זאל און מיט די זײַטיקע שטילע געסלעך אוועק צו זיך, ניט פילנדיק, װי די עסעריקע קעלט נעמט אים דורך און דורך. ער האָט געװוסט, אז דאָרטן זוכט מען אים, מע װיל אים געװיס פארבעטן אף א סודעלע, מעכאבער זײַן, זיך דורכשמועסן, נאָר ער האָט איצט געװאָלט בלײַבן מיט זיך אליין, מיט זײַנע געדאנקען און געפילן.
43
ער האָט געשפּאנט א באגײַסטערטער, נישט געפילט ניט די קעלט, ניט דעם הונגער און ניט דעם דורשט. אים איז איצט געװען גוט, װי קיינעם אין דער װעלט.
ביז האלבער נאכט האָט ער ארומגעבלאָנקעט איבער די געסלעך פון פאַרשטאָט. ער האָט זיך געפ'לט שטארק פארמאטערט, נאָר צו זיך אין זײַן מייערל האָט ער ניט געװאָלט זיך אומקערן. זאָל נאָר אָנהייבן שאריִען אף טאָג, װעט ער אװעק אין זאל, צו זײַנע בילדער. ער מוז װידער א קוק טאָן, צי זײַנען זײי טאקע װערט אזא הויכע אָפּשאצונג?
עס איז נאָך געװען טונקל, װען סימאָן מארקוס האָט זיך װידער דערקליבן צום מוזיי. דער זאל איז געװען האלב באלויכטן. ער קאָן דאָרטן זײַן אזוי פרי?
ער האָט דאָרטן געטראָפן עטלעכע פּױלישע ארבעטער-פּאָליגראפיסטן. זיי האָבן אים דערציילט, אז זיי האָבן באוויזן אופשטעלן א ווינקל פון דער פארברענטער דרוקערײַ און זי װעלן זיך באמיען אָפּדרוקן אן אלבאָם מיט די ב'לדער פון דער איסשטעלנג. די בילדער, האָבן זיי געזאָגט, מוזן זען אלע מענטשן אין אלע עקן וועלט.
סימאָן האָט געקוקט אף די אויסגעצערטע ארבעטער און פארשטאנען, אז אף זיי מעג מען זיך פארלאָזן.
אין א פראָסטיקן יאנוואר-פרימאָרגן, נאָך א לאנגדויערנדיקער ארטילערישער צוגריי- טונג, זײַנען אונדזערע טיילן אריבער אין אָנגריף און באפרײַט די פיל-לײַדנדיקע ווארשע. ריכטיקער, די שטיינער פון דער פּילישער הױפּטשטאָט. אינגיכן איז באפרײַט געװאָרן פון די היטלערישע מערדער די גאנצע פוילישע ערד.
איבער ווארשע, לאָדז, קראָקע און איבער פיל אנדערע פּוילישע גאסן האָט ארומגע- וואנדערט סימאָן מארקוסעס אויסשטעלונג, און טויזנטער מענטשן האָבן געזען די ב'לדער פונעם רוסישן סאָלדאט.
סימאָן מארקוס האָט זיך אומגעקערט פון דער מילכאָמע פּונקט אזוי, װי ער איז אף איר אװעק -- אין זײַן אויסגעריבענעם שינעלכל, אין די איבערגעקרימטע קירזאַװע
: 4 : = 5 וֹּ 4 א יי ==
י וז
ר
שטיוול, אין דעם צעקנייטשטן היטל, א שטארק געעלטערטער, א גרײַז-גראָװער. אין דעם . שווערן סאָלדאטישן זעקל האָט ער געבראכט א סאך העפטן, אָנגעפילטע מיט זײַן פּערל- דיקן קסאוו, מיט אָנגעװאָרפענע עסקיזן, עטלעכע אלבאָמען פון זײַנע ארבעטן און פיל ביכער מיט טויזנטער באגײַסטערטע אָפּרופן, אָנגעשריבענע אף פארשיידענע שפּראכן. צענדליקער טויזנטער מענטשן, װעלכע זײַנען דורכגעגאנגען דורך די טויט-לאגערן און פאשיסטישע טורמעס, האָבן געשטעלט זייערע כסימעס אין די בעכער, װער זײַן כסימע, און װער בלויז דעם נומער, װאָס איז געװען אויסגעברענט אף זײַן האנט.
און נאָך איין זאך איז געלעגן אין זײַן סאָלדאטישן רענצל --א זעקעלע ערד, איבערגעמישט מיט אש פון די קרעמאטאָריעס פון טרעבלינקע, מײַדאנעק, אַשװענטשים.. דאָס אש האָט געבושעװועט בא אים אין הארצן און האָט אים געצווונגען אָנשרײַבן דאָס שרעקלעכסטע קאפּיטל פון דער מילכאָמע. 1
סימאָן מארקוס איז געקומען אהיים, זיך אופגעהויבן אפן העכסטן שטאָק פונעם האלב-צעקלאפּטן מויער, װוּ עס איז געווען זײַן דירע. ניט קיין פענצטער, ניט קיין טירן, אלץ פארװויסט און פארלאָזט. ער האָט אראָפּגענומען דאָס סאָלדאטישע רענצל, אראָפּגע- װאָרפן דעם שינעל, אױסגעטאָן די שטיוול, פארייכערט און גענומען ברענגען אין אַרדענונג זײַן שטיקל נעסט.
עס האָט אף אים געווארט א בארג מיט ארבעט. ער האָט נאָך ניט ארױסגעזאָגט אינגאנצן דאָס, װאָס עס האָט זיך אָנגעקליבן און מיט װאָס עס איז אָנגעװײטעקט זײַן נעשאָמע.
און די יאָרן גיען. אנדערע קינסטלער האָבן גענומען מאָלן פארביקע פּייזאזשן, געשמאקע נאטיורמאָרטן, בילדער פון אנטבליזטע נאטורשטשיצעס. מע האָט געעפנט געראמע אטעליעס און באקומען לוינבארע באשטעלונגען. ער, סימאָן מארקוס, האָט נאַך אלץ געמאָלט די מילכאָמע און דעם עקלדיקן פּארצעף פון די פאשיסטן, געשריבן בילדער, װאָס האָבן גערופן ,ניט פארגעסן און ניט מויכל זײַן". ער איז געווען באשיידן אָנגעטאַן, געלעבט שטיל, און װי טאָמיד זיך אָפּגערופן אף די באקאַשעס פון פארשיידענע מוזייען -- געשענקט זײַנע בילדער ברייטהארציק, אומזיסט. אייניקע פון זײַנע קאָלעגן, קוקנדיק אף דעם בארימטן מײַסטער, האָבן געקנייטשט מיט די אקסלען און צװישן זיך גערעדט:
;װאָס איז דאָס מיט אונדזער סימאָנען? ער שטרעבט ניט צו פּערסאַנעלע אויסשטע- לונגען, שטייט מוירעדיק אָפּ פון דער נאָכמילכאָמעדיקער מאָדע. ער האָט געקאַנט אין פּױלן באקומען פאר זײַנע בילדער א מאיאָנטעק און זיך אומגעקערט פון דער מילכאַמע אין אן אָפּגעריבענעם שינעלכל..."
נאָר סימאָן האָט זיך ניט צוגעהערט צו אזעלכע רייד. האָט זיך געװוּסט זײַנס. דאָס טאָרבעלע אש, װאָס ער האָט געבראכט מיט זיך פון דער מילכאָמע, האָט אים ניט געלאָזט רוען.
ער האָט געדארפט ארבעטן, שאפן, זאָגן זײַן װאָרט וועגן דעם, װאָס ער האָט איבער- געלעבט.
קיין אנדערע דײַגעס האָט ער ניט געהאט. ער האָט זיך זײַן װעג, און קיין אנדערן דארף ער ניט...
ג-
ארן װערגעליס
א
פונעם ציקל ,רינג נאָך רינג"
א גאנצן טאָג
כ'האָב אופגעכאפּט זיך פריילעך און געזונט, א גאנצן טאָג געלעבט מיט א קאװאָנע. געעפנט מיר די טיר עס האַט די זון, פארמאכט עס האָט די טיר מיר די לעװאָנע.
א גאנצן טאָג געלעבט איך האָב אזי -- ארומגעגאן פּאמעלעכקע אומיסטן:
אָט ווארפט מען מיסט אף זילבערדיקן טוי, אָט ליגן בריליאנטן אין די מיסטן.
און ווען פארנאכט האָט זיך די טיר פארמאכט און כ'בין ארײַן אין שטוביקן גאניידן, האָט זיך די זון הינטער די בערג פארשארט, ארויס איז די לעװאָנע ניט באשיידן.
געווען די נאכט איז פרײַנטלעך אויך געוויס, ניט אויסגעמיטן די ווידעראנאנדן:
אף זילבערדיקן טוי אָט ווארפט מען מיסט, אָט ליגן אין די מיסטן בריליאנטן.
און ס'האָט געדרייט דאָס װעלטל זיך, געדרייט מײַן קײַל'כיקער מעסלעס האָט זיך--א קנוילכל. און ס'האָט גערעגנט, און עס האָט געשנייט, און אלץ ארום געשטאמלט האָט זײַ מויכל..."
אף מאָרגן, װידער פריילעך און געזונט,
איך האָב געלעבט -- ניט פּראָסט, מיט א קאװאָנע.
געעפנט מיר די טיר עס האָט די זון,
פארמאכט עס האָט די טיר מיר די לעװאָנע.
װײַט צעשפּרײט איז די נאכלע מײַנע
װײַט צעשפּרײט איז די נאכלע מײַנע, סאיז דער טיש פאר מײַן סודע געראם, איך טונק דאָס ברויט פון אוקרײַנע אינעם זאלץ באם אָכאָטסקער יאם.
די ערד איך אקער אין אלע דערפער, אין אלע סעדער איבער פּלױטן איך קריך, פון װאָראָניעזשער מערן טערפּקע
איך קאָך א צימעס פאר זיך.
די מאָלדאװישע מאמעליגע איך פארטרינק מיט ריאזאנער קוואס.
46
האלעװײַ זאָל איך זאָגן א ליגן, האלעװוײַ זאָל עס בלײַבן א שפּאס,
נאָר מיר דאכט: ס גייט דערצו שוין, קענטלעך,
ווען א יִד װעט טײַנען צעמישט,
אז מע ציט ארויס מיט א ווענטקע
פון דער װאָלגע געפילטע פיש.
איך טונק דאָס ברויט פון אוקרײַנע אינעם זאלץ באם אָכאָטסקער יאם. װײַט צעשפּרײט איז די נאכלע מײַנע, איך לעב מײַנע טעג ניט געזאמט.
35
דעם מיילעכס קרוין, דעם שלעפּערס שמאטעס
כ'האָב ליב צונויפשארן דאָס ביסל האָב-און-גוטס אף בוידעמער און אין די טיפע קעלערס,
דאָרט ליגן זאכן וויכטיקע אָן נוץ --
פיל קרוינען גאָלדענע (אכוץ דעם מיילעכס),
שוין אָפּגערעדט פון שמאטעס, װאָס אין קויט
זיי זײַנען פון דער רײַכקײַט שענער איבער עפּעס. איך נעם צונויף און ווארף איבערן פּלויט
פיל טאָרבעס שמאטענע (אכוץ דעם שלעפּערס).
לעסאָף דער יוישער נעמט די אויבערהאנט, ס'בלײַבט יעדער איבער בא זײַן פּרײַז לעסאטע -- אין אלטווארג כ'זע זיך וואלגערן באנאנד
דעם מיילעכס קרוין, -- דעם שלעפּערס שמאטעס.
ווֹיֵאֹזוֹי די ציגעלעך זאָלן זיך באגיין מיטן װאָלף
ציגעלעך-מיגעלעך, אלע איניינעם,
נעמט צונויף אײַערע הערנערלעך, װאָס איר האָט,
אויך די קאָפּיטעס נעמט צונויף, און פרעגט ניט בא קיינעם -- אזא איז פון יעדן געשלעג דער געבאָט.
ציגעלעך-מיגעלעך, האלט זיך בא אײַערס,
פארגעסט ניט דעם ,מע-ע" און שטשיפּעט דאָס גראָז. ווען דער װאָלף ועט זיך אָנשטױסן אף אזעלכע האװײַעס, װעט אים נעמען ס'קאדאָכעס אָן א פארװאָס.
כאָלילע, אויב ס'וועט זיך פארוועלן אײַך װערן, אָנשטאָט ציגעלעך -- וועלף, דאן דערקענען ער װעט די פעלעכלעך אײַערע, מעג איך שווערן,
און פּרוּװוט דעמלט גיין מיט אים אין געװעט!
ניין, בעסער בלײַבט ציגעלעך אלע איניינעם,
נעמט צונויף אײַערע הערנערלעך, װאָס איר האָט,
אויך די קאָפּיטעס נעמט צונויף, האָט ניט מוירע פאר קיינעם -- אזא איז פון יעדן געשלעג דער געבאָט.
אף דער לעצטער סטאנציע
בא דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ, אויסלענדישע שטערן פאלן אף מײַן קאָפּ, אינלענדישע רעדער ווארפט דער צוג אראָפּ
אף דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ,
בלויז איין שפּאן פונדאנען -- דאָרט איז שוין ,אײיראָפּי, פון דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ, אלע סעמאפאָרן האלטן זיך אף סטאָפּ
בא דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ,
47
װײַט עס איז נאָך פּראָג און נאָענט קאָנאָטאָפּ
פון דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ. דער, װאָס מיטן קלומעק, רעדט מיט מיר שוין גראָב אף דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ.
מיט די עמיגראנטן א געשפּרעך איך האָב
אף דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ. אויסלענדישע שטערן רײַסן גרינג זיך אָפּ
בא דער לעצטער סטאנציע, װאָס מע רופט זי טשאָפּ.
דער ענטפער אף א בריוועלע
איך גיי ארויס ניט וװעז-עס-איז, נאָר הײַנט. איך גיי ארויס אין בייזן יאם הײַנט אפדערנאכט, זיבן אזייגער פּינקטלעך,
צום לעבן כ'גיי, אָדער עפשער צו דעם טויט -- ניט סטאם,
און כ'נעם מיט זיך דײַן בריוועלע מיט ניט דערזאָגטע פּינטעלעך.
סע שטייט דאָרט שווארץ אף װײַס: דו האָסט מיך פײַנט, פון מיר דיך איבלט, מיר דארפן זיך שוין קיינמאָל ניט באגעגענען, ניין, ניין!
און צוישן אָט די ווערטער זע איך אָנגעשריבן:
,;אויב װעסט ארויס אין יאם, װעט אויך מײַן שיפל אהין גיין..."
דײַן בריוועלע איז מיר א זעגל, כאָטש אין אים די פּינטעלער
מע קאָן פארשטיין אזוי, אז ס'בלאָזט קיין ווינט ניט סטאם.
איך גיי ארויס ניט װוען-עס-איז, נאָר הײַנט. איך גיי ארויס אין בייזן יאם הײַנט אפדערנאכט, זיבן אזייגער פּינקטלעך.
מ א ס ק וו ע
עס װאָלט געווען ניט יוישערדיק,
ווען דאָס, װאָס איז דער שטאָט וי אָנגעמאָסטן, זאָל קומען פון דער זײַט, וי אן ארײַנגעשטעלטער צאָן. אליין זיך אָנגעטאָן עס האָט די מאלכעסדיקע מאָסקװע דאָס ווינטשפינגערל סאדאָוואָיע קאָלצאָ.
מ'האָט ניט געפירט קיין װײַסן שטיין דורך די מידבאָריעס אף א קעמל צו דעם ארבאט, און פון פּאריזש -- קיין מאָדע און פאסאָן. אליין זיך אָנגעטאָן עס האָט דער אלטער מאָסקװער קרעמל דאָס צירונג פון רובינען און די רויטע פאָן.
דערפאר, ווען ס איז געווען, ניט הײַנט געדאכט, די צײַט פון אָנגעשיקטע ווייען און סזײַנען שוין ארוף אף מאָסקװע שפּארבערס מיט א שלאכט, האָט זי אליין אראָפּגענומען פון איר ברוסט די טרעטיאקאָװער גאלערייע און אָפּגעגעבן זי דעם הינטערלאנד באדאכט.
דעם ייִשעוו פּערעדעלקינאָ, װוּ כ'לעב,
האָט אויך אליין זיך אויסגעקליבן מאָסקװע -- א סאָסנע-ווינקעלע, בא דער קוטוזאָוו- גאס אין פראָנט. עס װאָלט געווען ניט יוישערדיק,
ווען דאָס, װאָס איז פאר מיר וי אָנגעמאָסטן, זאָל קומען פון דער פרעמד, וי אן ארײַנגעשטעלטער צאָן.
3---4
סאַציאלער אָפּשטאם
דו איבערגעשפּיצטער באל-סייכל, װאָס גלײַך דיך צעקײַען איז שווער, פון וויסנשאפט נײַער א טיילכל,
א שוטעף צו ען-טע-ער.
פון װעלטן דו רעדסט, װי, לעהאוודל, א שאמעס פלעגט ריידן פון , שטעט", אזוי װי דער מעקלער באם האנדל האָט װעגן ,פּאָסעסיעס" גערעדט.
נארײַע זשע מיר אזא ביכל, װאָס געבן מיר זאָל צו פארשטיין,
צי עמעס דאָס איז, צי א בילבל, צי יאָ סאיז פארלאָפן, צי ניין, --
אז סאיז בעסאכאקל א שאמעס
דײַן טאטע געווען אין דעם טכום,
א מעקלער -- דער טאטע דײַן מאמעס, קאפּצאָנים ארום און ארום.
און דו הײַנט -- א גרויסער באל-סייכל, װאָס גלײַך דיך צעקײַען איז שווער, פון וויסנשאפט נײַער א טיילכל,
א שוטעף צו ען-טע-ער.
מילכאַמע און פרידן
זיך באהאלטן פון טויט ניט געווען איז װוּ,
כ'האָב געפילט, אז פון מיר איז דער אומגליק העכער. די מילכאָמע האָט אראָפּגעריסן פון די מענטשן די רו, װי א ווינט רײַסט פון שטיבער אראָפּ די דעכער.
כ'האָב זיך שיר ניט מיט נעפּלען-כאלוימעס פארצאמט, נאָר אין טיפע טראנשייען דער טרוים האָט קיין דייע, אין מײַן מויעך געדרייט האָבן טרוימען זיך סטאם, וי די פליוגערס אף דעכער פון וװוינטן זיך דרייען.
ביז אליין די מילכאָמע א טרוים האָט באזעצט
אין די בלוטן בא מיר, אינעם הארץ, אין דעם סייכל, אָט דער דאָזיקער טרוים איז געבליבן ביז איצט
פון מײַן פרידלעך-געמאָסטענעם גוירל דער הייכל,
דאָס לעצטע װאָרט
אָ, לאָזט מיך, לאָזט זיך אָנזעטיקן מיט אָט דער וועלט, אף יענער-וועלט װעל איך באװײַזן, מיט ליידן ערדישע באשטראָפט מיך און פארשעלט פאר מײַנע פעלערן און גרײַזן
כ'האָב ניט באוויזן זיך ארומקוקן, װי ס'קומט שוין אויס פון שטוב ארױיסטראָגן די זאכן,
נאָר אָט איז אײַך מײַן אייצע פון פאָרויס:
די טיר ניט אײַלט זיך צו פארמאכן.
אויב שענקען ס'לעבן װעט איר מיר לעסאַף,
דאן כ'האָב צו אײַך קיין טײַנע.
מיט פריידן ערדישע פארשעלט מיך און באשטראָפט פאר פעלערן און גרײַזן מײַנע.
49
שאפונג
זײַ מויכל, מײַן גאסט, נאָר כ'בין אין דער היים ניטאָ,
איך קאָן דיר ניט שענקען אפילע קיין איינציקע רעגע.
סאיז איצט אינעם טאָג די איין-און-איינציקע שאָ,
אין וועלכער דער זעלטענער ווינט בלאָזט אָן מײַן צעשפּרײטן זעגל.
נאָך בעסער איז זאָגן, אז ס'טראָגן זיך איצט פארבײַ וואגאָנען, װאָס קיינער ווייסט ניט, װוּהין זיי פאָרן, פאר מיר און פאר זיי דער וועג אין דער װײַט איז פרײַ, מיט גרינע פײַערלעך שײַנען די סעמאפאָרן.
ניט זאָג, ליבער גאסט, אז, כאָלילע, כ'בין קראנק צי מיד, איך בין איצט פארנומען, איך האָב א דרינגענדן איניען: ארויסלאָזן פון דער נעשאָמע-דעפּאָ א נײַע ליד
איבער דער טראנסמענטשישער אײַזנבאן-ליניע.
פארנעמט אײַער אָרט
געווידמעט די סטודענטן פון דער ייִדישער אָפּטײלונג אף די העכסטע ליטערארישע קורסן פונעם אינסטיטוט אף מ. גאָרקיס נאָמען.
עס קומט אײַך ניט אוף אפן זין מינאסטאם גאָר,
אז איבערגיין אויב פון וואגאָן צו וואגאָן,
מע קאָן זיך אין צוג ניט באגיין אָן א טאמבור, כאָטש סאיז אָט דאָס ווינקל ניט רײַך אין פאסאָן.
א טאמבור אין צוג און א טאמבור אין לעבן, פאראן אויך דאָס זעלבע באם מענטשן אליין, פון טאמבור דער צווייטער וואגאָן איז דערנעבן, אויב אָפן ער איז, קאָנסטו לאָזן זיך גיין.
בא מיר איז דער טאמבור פארמאכט בלויז באדינגלעך, אזוי וי אין לעצטן וואגאָן פון א צוג.
איך בין בא מײַן פאָלק ניט דער לעצטער זינגער, ס'וועט זײַן נאָך ניט איינער, סוועט זײַן נאָך גענוג!
איך כאזער עס איבער: באדינגלעך. באדינגלעך, און ניט אף קעסיידער, און ניט װײַל ס'א מוז. אין טאמבור פארװײַלן זיךר עטלעכע ייִנגלעך, װאָס ווייסן פון העמשעך די פּרײַז און די נוץ.
איז זאָל שוין ניט גרילצן אײַך, ייַנגלעך, דער טאָרמאָז, עס װעלן די רעדער ניט שטיין אף אן אָרט.
װעקט אוף מיט א פײַף דאָס געזינדל דאָס אָרעמס,
און זאָל מען דאָרט זען די קאפּעלע -- זי פאָרט!
איר דארפט צוליב דעם אינעם טאמבור ניט בלײַבן, פארנעמט אײַער באנק אין געראמען וואגאָן, און זאָל זיך אײַך טרוימען, און זאָל זיך אײַך שרײַבן, און זאָל זיך אײַך לעבן -- אין קאָן, אױבנאָן!
8
-צאזר יײַדי/;ו/ג 41 +זוועו אוו חכב /ת יי ג/וגועו
דעם 7 מײַ 1984 װעט די יַדישע אװטאָנאָמע געגנט אלט ווערן 0 יאָר. אין צוזאמענהאנג מיט דער דאָזיקער דאטע פירט אײַן ,סאָוועטיש היימלאנד" א ספּעציִעלע רובריק, אין וועלכער עס װעלן פארעפנטלעכט װערן פּדאָזע-וערק, לידער און פארצייכענונגען, װי אויך דאָקומענטאלע און פּובליציסטיעזע ארטיקלשן, מאטעריאלן וועגן
ביראָבידזעזאן,
טעװיע גען
ביראָבידושאנער דערציילונגען
מיט א האלבן יאָרהונדערט צוריק האָב איך פארענדיקט דעם מאָסקװער פּעדאגאָי גישן אינסטיטוט אף לענינס נאָמען און בין אװעקגעפאָרן ארבעטן קיין ביראָבידזשאן.
אינעם נײַעם אָרט האָב איך געה
בלעטערנדיק
אט גענוג װאָס צו זען און װעגן װאָס צו שרײַבף די אלטע קאָמפּלעקטן פון
;ביראָבידזשאנער שטערן", געפין איך דאָרט
א סאך מײַנע רעפּאָרטאזשן, פּעליעטאָנען, פארצייכענונגען, דערציילונגען. מיט דער צײַטונג האָב איך ניט איבערגעריסן די פארבינדונג ביז הײַנטיקן טאָג, און ס'פרייט מיך, ווען כ'זע דאָרטן וידער מײַן נאָמען אונטער א פרישער דערציילונג.
די קליינע דערציילונגען, װאָס װערן געדרוקט אין דאָזיקן נומער פונעם זשורנאל,
זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן מיט א סאך יאָרן צוריק. אוב איך האָב די צו פאָרלייגן זיי איצט דעם לײענער, אין דאָס דערפאר,
דרײיסטקײַט װײַל ס'דערנעענטערט זיך
דער פופציקיאָריקער יוביליי פון דער יידישער אװטאָנאָמער געגנט און מיר דוכט, אז אין אָט די אלטע מײַנע נאָװעלן איז אין א געוויסער מאָס איבערגעגעבן די אטמאָ-
ספער, ס'קלאפּט דער דויפעק פון
יענער צײַט, װען מיר אלע זײַנען געווען יונג און
ביראָבידזשאן -- ייִנגער פון אונדז אלעמען.
דער אװוטאָר
א גליקלעכן װענ!
לעבן דעם װײַטן אײינשטאָקיקן הויז, װאָס איז באקאנט אין שטאָט אונטערן נאָמען ;איבערוואנדערונגס-פּונקט", שטייען איינער הינטערן אנדערן דרײַ לאסט-אװוטאָמאָבילן, זי דארפן אָפּפירן אין בײַאמורער קאַלװירט רויטער אָקטיאבער" א נײַע גרופּע איבער- וואנדערער.
ארויספאָרן האָט מען געדארפט אכט אזייגער אינדערפרי, אָבער ערשט אָנהייב נײַן האָט מען אָנגעהױבן ארויסגעבן די פּאסאזשירן וואטאָוע טוזשורקעס און װאָליקעס. דערנאַך האָט געדויערט א גוטע שאָ ביז אלע האָבן אָפּגעגעסן אין דער גאָרקיך.. מיִט איין װאָרט,
ס'איז שוין געווען בא צוועלף אזייגער, און די מאשינעס זײַנען נאָך אלץ געשטאנען אף אן אָרט. די שאָפערס, דרײַ יונגע געזונטע יאטן, האָבן שוין עטלעכע מאָל , געלאָזן" די מאָ- טאָרן, יעדעס מאָל זי ווידער אָפּגעשטעלט און געלאָפן צום פארוואלטער פונעם איבערוואנ- דערונגס-פּונקט מיט געשרייען, אז זיי װעלן הײַנט אינגאנצן ניט פאָרן, װײַל סווערט שפּעט, און זיי װעלן זיך ניט לאָזן אנטקעגן דער נאכט מיט אזא , טראנספּאָרט".
דער פארוואלטער, א הייזעריקער פון זיך אױיסטײַנען א גאנצן פרימאָרגן מיט אלעמען, האָט בייזלעך אָפּגעענטפערט:
81
-- װאָס איז אײַך אזוי שלעכט דער הײַנטיקער טראנספּאָרט? פירן פעסער קעראָסין איז אײַך פריילעכער?
-- אָבער די מאשינעס זײַנען דאָך שוין פול! עמעצער פעלט דען? -- האָט איינער פון די שאַפערס, שוין מיט א ביסל א נידעריקע- רער שטים, געטײַנעט.
ענדלעך האָט דער פארוואלטער ארויס- געבראכט פון דער קאָנטאָר א לאנג פאר- שריבן פּאפּיר און צוגעטראָטן צו דער לעצטער פּראָצעדור: אויסרופן דעם אוילעם לויטן צעטל און זען, צי אלע, װאָס דארפן אָפּפּאָרן, געפי- נען זיר אף די מאשינעס.
--- רוּוון בענציאנאָוויטש לאפּידוס, מיט א פרוי און מיט צוויי קינדער, איז דאָ? -- האָט ער אָנגעהױיבן מיט א יאָמטעװדיק קאָל.
-- דאַ! -- האָט ארויסגערוקט העכער דעם קאָפּ א שוארצער מאָגערלעכער פּארשין.
-- דאַ! דאַ! -- האָבן אונטערגעהאלטן די איבעריקע פון דער ערשטער מאשין, -- לייענט װײַטער!
-- אװוראָם יעכעזקעליעוויטש כאסים!
-- איך בין דאָ! --א יד פון א אאָר פערציק הייבט זיך אוף, אָנשפּארנדיק זיך מיט די הענט אף די אקסלען פון זײַנע שכיינים, קעדיי ניט אומפאלן. ער ווארט, מע זאָל אים עפּעס-װאָס נאָך פרעגן.
-- טוט א קוק, צי איר האָט קיינעם פון אײַערע ניט פארלאָרן. -- אייצעט אים דער פארוואלטער, -- לויט מײַן צעטל דארפט איר האָבן א װײַב עסטער װוּלפאָוונע מיט פיר קינדער.
-- א דאנק, װאָס איר האָט מיר אויס- געזאָגט אזא סאָד, -- צעלאכט זיך אװראָם, און צוזאמען מיט אים לאכט דער גאנצער אוילעם.
אווראָם זעצט זיך אנידער אף זײַן אָרט, און גלײַך דערהערט זיך א װײַבערשער גע- פערלעכער געשריי: מײַן פוס! איר האָט צוגעקוועטשט מײַן פוס!" די פּאסאזשירן לאכן ווידעראמאָל. עמעצער טוט זיך א כאָכמע: ,סאיז דאָ נאָך ענגער וי אין כארקאָוו אין טראמווײַ". -- דערנאָך ווערט שטיל. דער פאר- וואלטער רופט אויס װײַטער:
-- געדאליע כאיִמאָװיטש אײַזנשטאָק, מיט א פרוי און מיט א קינד!
-- איך בין דאַ! -- ענטפערט אײַזנשטאָק, א הויכער געלער ינגערמאן. -- שיפרע! -- שרײַט ער אין דער ריכטונג צו דער דריטער מאשין, -- ענטפער, אז דו ביסט איך דאָ!
-- װוּ דען זאָל איך זײַן? -- דערטראָגט זיך א דין קאָל פון דער דריטער מאשין. אף דער דאָזיקער מאשין פאָרן פרויען, װאָס האָבן
52
קלענערע קינדער. די מאשין פארמאָגט באק- װעמלעכקײַטן, װאָס זײַנען אף יענע צוויי ניטאָ. דער ,דיל" איז אױסגעשפּרײט מיט א פּאָר אלטע פּעלצן, סזאָל ניט ציִען פון אונטן קיין קעלט. פון אויבן איז אריבערגעהאנגען און צוגעפעסטיקט צו די װענטלעך א גראָבער לײַװונט, דער װוינט זאָל ניט שלאָגן אין פֹּאָ- נעם. עמעס, די מאשין זעט אויס װי א פאר- צײַטיקע בויד, דערפאר אָבער װעט זײַן ווארע- מער צו פאָרן.
-- כאנע רוּװימאָוונע זאגוסקינע!-- לייענט דער פארוואלטער װײַטער דאָס צעטל.
-- אָט בין איך! -- שרײַט פון דער דרי- טער מאשין כאנע זאגוסקינע, א נידעריטשקע ייִדענע, װאָס פילט זיך דאָ א ביסל װי א מעיוכעסעס, װײַל זי פאָרט ניט לויטן אלנע- מיינעם נאריאד, נאָר לויט דער ספּעציִעלער ארויספאָדערונג פון איר מאן, א קאָניוך אינעם קאָלװירט ,רויטער אָקטיאבער".
-- אראָן טעוועלעוויטש. פּאָרטנאָי! -- טראָגט זיך ווידער די שטים פונעם פארוואל- טער.
שטיל. קיינער ענטפערט ניט.
-- בערטע לװאָוונע מאיאָנטשיק! -- רופט ער װײַטער אויס.
אויך שטיל. דער פארוואלטער כאזערט איבער די דאָזיקע צוויי פאמיליעס נאָכאמאָל, אלץ העכער מיט פארשיידענע װאריאציעס:
--- פּאַרטנאָי, אראָן טעוועלעוויטש! מאיאָנ- טשיק, בערטע לװאָװנע! אראָן טעװעלעװויטש! א מעכאניקער! בערטע לװאָװנע! א יַנגערע בוכהאלטערשע!
דער אוילעם העלפט דעם פארוואלטער אױיסצושרײַען די פאמיליעס פּאָרטנאָי און מאיאָנטשיק. פון אלע מאשינעס טראָגן זיך אויסרופן: , פּאַרטנאָי! מאיאָנטשיק!" ס'קומט צו לויפן א געפּאקט ייִדל מיט א פריש געגאָלט פּאָנעם, -- ער איז אָקאָרשט ארויס פון דער פּאריקמאכערסקע, װאָס געפינט זיך אינעם איבערוואנדערונגס-פּונקט.
-- נו, איך בין פּאָרטנאָי, װאָסי דען! -- טוט ער א זאָג און טאפּט די פלאמענדיקע באקן.
-- איר זײַט אראָן טעוועלעוויטש פּאָרט- נאַי? -- דערפרייט זיך דער פארוואלטער.
-- ניין, איך בין כאיִם יאנקעלעװויטש פּאַרטנאָי, א בוכהאלטער אין דער בעקערײַ.
-- איז גייט זיך געזונטערהייט אין אײַער בעקערי...
דער אוילעם לאכט וידער און הײסט אויסרופן דערװײַל אנדערע פאמיליעס. דער פארוואלטער לייענט װײַטער און קערט זיך
ווידעראמאָל אום צו אראָן טעװעלעװויטש שעדעטאַיען און כערטע לװאַָװונע מאיאַנטשיק. יע זײַנע אלץ ניטאָ.
-- וויפל איז ער אלט? -- גיט פּלוצעם א פרעג כאנע זאגוסקינע פון דער דריטער מאשין, און די אויגן אירע פינקלען בײסמײַסע גאָר קלוג; קענטיק, אז זי וויל פון איר פרא- גע ארויסדרינגען עפּעס א וויכטיקע זאך. דער פארוואלטער טוט א קוק אינעם צעטל:
-- ער איז אלט 23 יאָר.
-- אף מײַנע נעמאָנעס, אז אָט דער יונג, דער פּאָרטנאָי, שפּאצירט איצט ערגעץ ארום מיט דער מאיאָנטשיק, -- שרײַט אויס כאנע זאגוסקינע. זי נעמט אראָפּ דעם טשעמאָדאנ- טשיק, װאָס ליגט בא איר אפן שויס, דער- לאנגט עס צוהאלטן אן אנדער פרוי און אליין הייבט זי זיך פלינק אוף פון איר באקוועם אײַנגעזעסן אָרט. -- איר זוכט דאָך דעם יאָסעם פון אומאן, איאָ? -- פרעגט זי, איבערכאפּן- דיק דעם אָטעם; -- כ'קען אים, װען ער איז נאָך געווען א קינד, און מיט אָט דער מאיאָנ- טשיק האָט ער זיך באקענט אין פּאָיעזד. דער באָכער איז דאָרטן ניט אָפּגעטראָטן פון איר אף קיין שפּאן.
מיט א באזונדערס דערההויבענער מינע זעצט זיך כאנע צוריק אף איר אָרט. דאָס האָט זי גערעדט פאר אזא גרויסן אוילעם און פון אזא הויכער ,טריבונע" צום ערשטן מאָל.
-- בערטע מאיאָנטשיק? -- פרעגט איבער דער ייָד, װאָס איז געקומען צו לויפן פון פּאריקמאכערסקע, -- מאיאָנטשיק, זאָגט איר? זי איז א הויכע און א בלאַנדע?
-- א הויכע, א הויכע, -- טוט ווידער א שפּרונג אוף כאנע, -- א הויכע און שטארק א בלאָנדע, -- שרײַט זי מיט פרייד, װאָס די סימאָנים פאלן זיך צונויף, -- דער גאנצער פּאָיעזד האָט זיך געכידעשט, ס'ארא פײַערדי- קע בלאָנדינקע זי איז.
-- אויב אזוי, ווייס איך, דאכט זיך, װוּ זי קאָן איצט זײַן, -- טוט ער צופרידן א זאָג און כאפּט א קוק אפן פארוואלטער, װי עס קאָן נאָר קוקן א מענטש, װאָס ווייסט, אז ער איז קיינמאָל און אין ערגעץ ניט קיין איבע- ריקער. -- שוין א פּאָר טעג, װי איך זע זי די רויטע, ארומדרייען זיך אינעם היז, װוּ איך װוין. זי האָט דאָרטן, װײַזט אויס, א בא- קענטע. דאָס הויז איז ניט װײַט פונדאנען, -- האָט ער צוגעגעבן, -- הינטער דער אײַזנבאן- ליניע.
-- װעט איר עפשער צוגיין אהין? -- האָט דער פארוואלטער אים א בעט געטאָן, -- די אמורזעטער מטס דארף מעכאניקער, און איך טאָר די מאשינעס אָן דעם יונג ניט שיקן.
-- מע קאָן צוגיין, כאָטש קיין שיק"
יינגל בין איך ניט, -- האָט דער אלטער פּאָרט- נאָי א קנייטש זיך געטאָן, -- און קיין שטיקל קאָרעוו איז ער מיר אוואדע איך ניט. אין אונדזער מישפּאַכע זײַנען אלע פון האָמליע, און ער, הער איך, איז גאָר אן אומאניער.
-- ס זאָל ניט זײַן אומעטיק, -- האָט א זאָג געטאָן כאנע זאגוסקינע, -- קאָן איך אויך מיט אײַך גיין. העלפט מיר נאָר אראָפּקריכן פון דער מאשין;
אין א װײַלע ארום האָבן כאיִם יאנקעלע- וויטש פּאָרטנאָי און כאנע זאגוסקינע זיך גע- לאָזט אין װעג ארײַן. ביידע נידערװוּקסיקע, פולינקע, האָבן זיי אויסגעזען אן אידעאל פּאָרפאָלק. ריזיקירנדיק מיטן לעבן, זײַנען זי דורכגעקראָכן אונטער א וואגאָן פונעם פראכט- צוג, װאָס איז געשטאנען אנטקעגן דער אײַזנבאן-סטאנציע און האָט פארשטעלט דעם וועג. ,לויטן געזעץ טאָרן מיר דאָ ניט גיין, -- האָט פּאַרטנאָי דערקלערט כאנען, -- מע דארף גיין פארבײַ דעם סעמאפאָר, דאָרטן איז דער וועג פרײַ, אָבער ס'איז דרײַ מאָל מער גאנג!".
בעשאָלעם ארויס פוֹן אונטערן וואגאָן, זיי- נען זיי אדורך פארבײַ דעם װאָקזאל און פאר- קערעװעט אף א שמאָלער סטעזשקע, װוּ עס קאָן דורכגיין נאָר איין מענטש.
- איך. ;פיה אײַך. מיט די קרצטטע װעגן, -- האָט פּאַרטנאָי זיך אױיסגעפײַנט פאר כאנען. -- נאָך א פּאָר װײַלעס, און מיר זײַנען שוין דאָרט, װוּ מיר דארפן.
אין עטלעכע מינוט ארום האָט זיך באוויזן א צװײישטאָקיק הילצערן הויז. ווען זיי זײַנען צוגעגאנגען אהין, איז װי פון דער ערד אויס- געוואקסן א מאָגער קליין מענטשל, װאָס האָט זי אָפּגעמאָסטן מיט א שארפן בליק, -- און א באומרויקטער געפרעגט:
-- איר גייט אויך צו זיי?
-- צו װעמען? -- האָבן פּאָרטנאָי און זא- גוסקינע מיט פארווונדערונג אים אָנגעקוקט.
-- צום מעכאניקער און צו דער בוכהאל- טערשע, -- האָט דער פּארשוין געענטפערט, -- שוין אוואדע פון צען אונטערנעמונגען איז מען אהער געקומען זיי זוכן. אָבער זיי זײַנען שוין מײַנע! מײַנע! איך װעל זיי פארװוערבירן אין אינדזער טשוועקעס-ארטעל. איך גיב א דירע און א גוטן געהאלט. איצט, אז מיר וװעלן האָבן א מעכאניקער, װעלן מיר פאר- ווארפן מיט טשװעקעס דעם גאנצן קאנט! פארװאָס, מיינט איר, קאָן מען בא אונדז אין שטאָט אמאָל אויסגיין פאר א טשװעקל, צִי פאר א קייטל, אָדער א זאוויעסע, װײַל כ'האָב ניט, וער עס זאָל מיר אײַנרעגולירן די מאשי- נעס. אונדזער ארטעל גיט א צענטל פון דעם, װאָס ער קאָן געבן. איך דארף נאָר א רעכטן מעכאניקער, און דער ינג פון אומאן, זאָגט
3
מען, איז א מײַסטער. כ'האָב אים נאָך דרײַ טעג צוריק דערשמעקט, באלד וי ער איז אראָפּ פון דער באן. איצט היט איך אים, און װוי נאָר ער װעט זיך אומקערן מיט זײַן װײַבל פון זאגס, פיר איך זיי גלײַך אוועק װײַזן די דירע, װאָס איך גיב זיי.
-- איר פירט זיי נאָך ניט! -- האָט זיך כאנע אָפּגערופן, -- און, זאָגט מיר נאָר, פונ- וואנען ווייסט איר, אז זיי זײַנען אװעקגעלאָפן אין זאגס?
-- זיי האָבן בא מיר אליין געפרעגט, װוּ ער געפינט זיך!
כאנע מיט פּאָרטנאָיען האָבן זיך איבער- געקוקט, װי פרעגנדיק איינער באם אנדערן, װאָס זאָל דאָס באטײַטן און װאָס דארף מען איצטער טאָן? ניט לאנג געטראכט, האָט כאנע א צי געטאָן דעם באגלייטער אירן פאר אן ארבל און איז אָפּ מיט אים אין א זײַט.
-- איר װעט מוזן צולויפן אין זאגס! -- האָט זי א שעפּטשע געטאָן צו פּאָרטנאָיען, -- און איך װעל אוועקגיין אפן איבערוואנדע- רונגס-פּונקט זאָגן, אז מע זאָל צוווארטן נאָך א ביסל. דערקענען, -- האָט זי צוגעגעבן, -- װעט איר דאָס פּאָרל פאר א מײַל. פּונקט װי די קאלע איז רױט, אזוי איז דער כאָסן שווארץ.
פּאָרטנאָי האָט זיך גענומען קרימען: פּרי- טשאָם איז ער דאָ? עפּעס אן אָנשיקעניש א פאמיליאנט אף זײַן קאָפּ! כאנע האָט אים אָבער אזוי געבעטן, אז ער איז סאָפקאָלסאָף אײַנגעגאנגען.
-- מיילע, -- איז ער מאסקים געווען, -- אין זאגס װעל איך צוגיין, נאָר טאָמער זײַנען זי פון דאָרטן נאָך ערגעץ-װוּ אװעק, איז זאָלן שוין אנדערע לויפן זוכן. א מאראָקע!
כאנע איז אװעקגעלאָפן צום איבערוואנ- דערונגס-פּונקט און פּאָרטנאָי האָט אװעק- געשפּאנט אין זאגס. דאָרטן האָט זיך אים גלײַך געװאָרפן אין די אויגן דאָס שווארץ- רויטע פּאָרל, ער האָט דער ערשטער זיי אָפּגץ- געבן מאזלטאָוו.
-- און איצטער, הײַדא! -- האָט ער גלײַך נאָכן מאזלטאָוו זיך געװענדט צו זיי, -- איר פארהאלט די מאשינעס!
מיט ברייטע טריט האָבן זיך אלע דרײַ -- די ביידע פּאָרטנאָיס און בערטע לװאָװונע מאיאָנטשיק געלאָזט גיין, אין װועג האָט דער עלטערער פּאָרטנאַי, כאָטש ער איז געווען זי- כער, אז דער יונגער פּאָרטנאָי איז אים קיין שום קאָרעוו ניט, פונדעסטוועגן גענומען אויספרעגן וועגן טאטן און זיידן, פעטערס און מומעס. אויב שוין יאָ געלאָפן, האָט זיך אים בעפיירעש געװאָלט, אז דער יונגערמאן זאָל זיך עפּעס אָנגעהערן מיט אים, ביפראט נאָך, אז סאיז א יונג, צוליב װעלכן מע פארהאלט דרײַ מאשינעס! קיין קרויוועשאפט האָט זיך אָבער ניט אָנגעקניפּט.
-- זײַנען מיר פרעמדע, -- האָט דער עַל- טערער פּאָרטנאָי פארסאכאקלט מיט א טרויע- ריקלעכער שטים.
איצט װאָלט ער שוין געקאָנט אָפּגײן אָן א זײַט, האָט ער אָבער געװאָלט, אז אלע זאָלן זען, װי ער האָט דאָס פּאָרל אראָפּגעבראכט.
ווען זיי זײַנען געקומען אפן איבערוואנ- דערונגס-פּונקט, האָבן דאָרטן שוין אלע גע- װוּסט פון דער געשעעניש. כאנע, וועלכע איז געקומען פריער, האָט באוויזן איבערגעבן די בסורע-טויווע. פון אלע מאשינעס האָבן זיך געטראָגן די היסע װוינטשעואניעס, און ארײַנגעזעצט האָט מען דאָס פרישע פּאַרפאָלק אין דער ערשטער מאשין, אין רעכטן מיטן,
דער פארוואלטער האָט א לעצטן מאָל געכאפּט א בליק אפן עשעלאָן, דורכגעקוקט, צי זײַנען גוט פאריגלט די וענטלעך, און געהייסן די שאָפערס פאָרן.
מיט ראש, שפּרײטנדיק בלוילעכע רויכלעך, האָט דער ,טראנספּאָרט" זיך גערירט פון אָרט.
דער פארוואלטער פון איבערוואנדערונגס- פּונקט און דער בוכהאלטער פּאַרטנאי האָבן פריילעך געפאָכעט מיט די הענט און צוגע- װוּנטשן די אװעקגעפאָרענע א גליקלעכן ועג,
ווען מע האָט געפרעגט באם נײַעם איבער- וואנדערער ייעל פוקס, א פערציקאָריקן מאנספּארשוין מיט שמאָלע פּלײצעס און שווארצע טאמעוואט-פארכאָלעמטע אויגן, אף װאָס פאר אן ארבעט ער װאָלט געװאָלט אָנקומען, האָט ער זיך צונויפגעקאָרטשעט, קעדיי צו װערן נעבעכדיקער, װי ער איז גע- ווען אינדערעמעסן, און מיט א געפאלענער שטים געענטפערט:
4
-- נאָר ניט אף קיין שוערער.
מע האָט גענומען קלערן, אף װאָס פאר א ניט-שווערער ארבעט קאָן ער טויגן? דער פאָרזיצער פון דער קאָמיסיע, וועלכע האָט צו טאָן מיט אײַנאַרדענען איבערוואנדערער, האָט געגעבן א װוּנק צום יונגנמאן, װאָס איז גע- זעסן באם עק טיש:
-- דארפסט, דאכט זיך, האָבן א בריווג- טרעגער? -- האָט ער בא אים געפרעגט.
דער יונגערמאן איז געװאָרן אופגעבראכט,
ס'איז שוין ניט דאָס ערשטע מאָל, אז וי נאָר עס מאכט זיך א שטיקל בראק, לייגט מען עס פאָר אים, ער זאָל נעמען צו זיך אף דער פּאָטשט. ער האָט זיך געפילט באקריודעט, דערבײַ האָט ער אָבער גוט געװוּסט, אז ער דארף מענטשן און מוז נעמען דאָס, װאָס מע גיט אים. מיט א מינע פון אן אומגליקלעכן, װאָס טרינקט זיך און כאפּט זיך פאר א שטרוי, האָט ער א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, אז ער איז מאסקים צו נעמען יויעל פוקסן פאר א בריוונטרעגער.
יויעל פוקס האָט דערװײַל איבערגעשטעלט די פיס, א קוק געטאָן דורכן אונטערשטן שײַבל, װאָס איז אויסגעקומען א ביסל העכער פונעם טיש, און דערזען פאר זיך א קליין שמאָל ברעטל, אן איבערגעװאָרפנס איבער א גרוי- סער בלאָטע, א צעבראָכענעם הילצערנעם פּארקן. עס האָבן נאָך אויך ארויסגעשטארצט א פּאר קוימענדלעך, פון וועלכע סאיז ניט געגאנגען קיין רויך... באקוקט דאָס דאָזיקע שטיקל פּייזאזש, האָט יויעל בא זיך געפּױעלט, אז א בריונטרעגער װעט אין אזא ,קראך" געוויס זיך ניט איבערהאָרעװוען. אין מעשעך פון טאָג װעט עפשער אויסקומען פאנאנדער- טראָגן א צענדליק בריוו, דערנאָך איז מען פרײַ. ער האָט זיך אָבער געהאלטן בא דער טאקטיק, אז ווען מע לייגט פאָר אן ארבעט, דארף מען זיך קױידעמקאָל אָפּזאָגן, עפשער װעט מען געבן א בעסערע, -- און מיט א שוואכן קרעכץ האָט ער זיך אָפּגערופן:
-- איך האָב רעוומאטעס, ס'דרייען די פיס.
-- איר האָט איצט געקראָגן רעוומאטעס, צי איר האָט אים פון אמאָל? -- דער פאָרזי- צער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אפן , אמאָל", בײיסמײַסע געגעבן א װאָרף מיט זײַנע דורכ- דרינגלעכע אויגן אף די מיטגלידער פון דער קאָמיסיע. דער דאָזיקער קוק האָט באטײַט: ,לערנט זיך, קינדערלעך, בא מיר װי מע דארף ריידן מיט אזא סאָרט איבערוואנדערער".
יויעל האָט נאָכאמאָל א קוק געטאָן אין פענצטער, װידער דערזען די בלאָטע, דעם פּארקן און די פּאָר קוימענדלעך און פעסט באשלאָסן, אז ער מעג דאָ װערן א בריון- טרעגער.
-- אמאָל האָב איך געהאט זיער א שטארקן רעוומאטעס, -- האָט ער א קלאפּ געטאָן מיט א האנט איבער א פוס, -- ס'האָט געהאלטן אין איין דרייען, איצט איז א ביסל גרינגער... נאָר וויפל, מישטיינסגעזאָגט, קאָן בא אײַך האָבן א פּאָטשטאלאאָן, א מענטש מיט א פאמיליע...
-- װעגן דעם װעט איר זיך דערידן. ער איז א װוילער מענטש, -- דער פאָרזיצער האָט אָנגעװיזן אפן טוער פונעם פארבינדונגס- אָפּטײל.
יענער האָט נאָך אלץ ניט געקאַנט שטילן אין זיך דעם פארדראָס, אלעמײַ ס'איז ווידער צו אים ארײַנגעפאלן עפּעס א טױגעניכטס, א פויליאקל, און מיט א טויבלעך קאָל האָט ער ארויסגעמורמלט:
-- מיסטאמע װעלן מיר דורכקומען, אבי דער כאווער פוקס זאָל נאָר זײַן א לײַט.
אף מאָרגן אינדערפרי האָט יויעל ארופ- גענומען דאָס פּאָטשטאָװע לעדערנע בײַטל, עס איז אין דעם געלעגן סאכאקל א קארג צענדליק צײַטונגען, עטלעכע קארטלעך, א האלב טוצל בריוו. ער האָט פאריכט די רי- מענס, זיי זאָלן ניט שנײַדן, א טופּע געטאָן א פּאָר מאָל אף אן אָרט מיט די , ספּעצאָװ- קעס" -- די נײַע שטיוול, װאָס מע האָט אים ארויסגעגעבן, -- און זיך געלאָזט אין װעג ארײַן, איבערן פּאָלוסטאנעק.
דאָס ביסל אײַנװױנער איז געלאָפן דעם בריוונטרעגער אנטקעגן -- ווער וויל דאָס ניט באקומען א בריוו? יויעל האָט גלײַך געכאפּט דעם שניט פון אלע בריוונטרעגער און געענט- פערט, אז ,מע שרײַבט". די, וועמען ער האָט געבראכט א בריוול, א קארטל, זײַנען געווען, פארשטייט זיך, מאָלע סימכע, און פון פרייךד האָבן אים אייניקע אפילע אײַנגעלאדן טרינקען טיי. שענער װי אומעטום האָט אים אופגענו- מען נאָכעם פּרילוצקיס װײַב, עסטער -- א געזונטע, הויכע פרוי. װיעל האָט איר געבראכט א קארטל פון א פעטער אין אוקראינע, וועלכן זי האָט שוין געהאלטן פאר א פארפאלענעם. יאָרנלאנג האָט זי ניט געהאט פון אים קיין בריוו. איצט, װײַזט זיך ארויס, האָט ער זיך דערװוּסט, אז זי איז אין ביראָבידזשאן, און ער שיקט זײַן פּלעמעניצע א גרוס אין איר װײַטן און נײַעם אָרט. איבערגעלייענט דאָס קארטל און אָפּגעװישט א טרער פון פרייד, האָט עסטער אפגיך אראָפּגעכאפּט דעם טיש- טעך פון טיש, איבערגעדרייט אים אף דער לינקער, ריינער זײַט,
-- זיצט, זיצט, -- האָט זי געבעטן יויעלן.
יויעל האָט ניט געהאט װאָס צו אײַלן זיך, עס איז געװען ערשט ארום עלף אזיגער, און דאָס בײַטל איז שוין געווען לײידיק. עס- טער האָט אים אָנגעגאָסן א גלאָז טיי. יויעל האָט אין געדאנק אויסגערעכנט, די וויפלטע גלאָז ער טרינקט שוין הײַנטיקן פרימאָרגן, ,קימאט די צענטע'" -- האָט ער אונטערגע- כעזשבנט א צופרידענער. אויסגעטרונקען די טיי און אומבאמערקט ארײַנגעלײגט דאָס אי- בערגעבליבענע ברעקל צוקער אין דער
פפ
וועסט-קעשענע, האָט ער זיך אײַנגעמאָסטעט באקוועם אפן געפלאַכטענעם שטול, אָפּ- צורוען נאָך דער טיי. אינעם װענטל פו- נעם שטול איז געװען א איסגעריבן לאָך, און פאר ויעלס רוקן איז דאָס געװען װי אָנגעמאָסטן -- ס'איז ניט געוװען הארט זיך אָנצושפּארן. די אויגן בא ייעלן האָבן זיך גענומען צונויפשליסן, אין אלע אייוורים איז ארײַן א זיסע מידקײַט, און סאיז ניט דורך קיין צײַט, װי די נאָז האָט שוין בא אים אָנגע- הויבן צו שפּילן פריער אף שטילע, דערנאָך אף העכערע טענער.
סאיז ארײַנגעקומען עסטערס מאן נאָ- כעם. אינעם ארטעל, װוּ ער ארבעט, איז געווען איבערײַס-צײַט, און, װי געװיינלעך, האָט ער זיך אראָפּגעכאפּט אהיים עסן וואר- מעס. מיט איין אויג א קוק געגעבן אף ייעלן, אף זײַן היימיש-צעשפּיליעט רעקל, אף דער ארויסגעשטעלטער װעסט, אפן בײַטל, װאָס ליגט באם ברעג פון טיש, װי אן איבעריקס, האָט ער א פארװווּנדערטער געטאָן א ברומקע ,הם". איבערגעלייענט דאָס קארטל, װאָס עס- טער האָט אים דערלאנגט, האָט ער נאָכא- מאָל א װאָרף געטאָן א בליק אף ייעלן שװײַגנדיק אָפּגעגעסן דעם ווארמעס און זיך אופגעהויבן אוועקצוגיין צוריק אף דער ארבעט. יויעל האָט זיך אופגעכאפּט פונעם שלאָף, און אויך זיך גענומען קלײַבן אװועקצוגיין, אָבער ער האָט עס געטאָן אזוי פויל און אזוי פֹּא- װאָליע, אז יענער איז שוין לאנג געװען הינ- טער דער טיר, בייס ער, יויעל, האָט נאָך אלץ געהאלטן באם ארויסנעמען דעם רוקן פון דער לאָך אין ווענטל פונעם שטול. דערזען, אז ער האָט שוין סײַװי ניט מיט װועמען צו גיין, איז ער געבליבן זיצן.
אף מאָרגן, ווען נאָכעם איז מיטיק-צײַט געקומען אהיים עפּעס איבערכאפּן, האָט ער ווידעראמאָל געטראָפן יויעלן זיצן. הײַנט האָט שוין דער בריוונטרעגער גאָרנישט ניט גע- בראכט, ער איז פּאָשעט ארײַן, װי צו גוטע באקאנטע. א קוק געטאָן, װי דער גאסט זיצט עס װידער ברייט צעלייגט אפן שטול, מיט דער ארויסגעשטעלטער װעסט, האָט נאָכעם אָפּגעגעסן נאָך האסטיקער װי נעכטן, א פּאָר מאָל בייסן עסן א שלוקערץ געטאָן, װי סװאָלט זיך אים געשטעלט א ביין אין האלדז, און איז גלײַך אוועק צוריק אף דער ארבעט.
אפן דריטן טאָג איז שוין נאָכעם געגאנגען אהיים אן אומרויַקער. , אויב דער נעפעש איז הײַנט אויך דאָ, -- האָט ער אן אופגערודערטער געטראכט, -- איז עפּעס ניט גלאט..." ער האָט געפּרוװוט פארטרײַבן אלע פינצטערע געדאנ- קען. ער קען שוין זײַן װײַבל ניט דאָס ערשטע יאָר, אָבער װער קאָן, סאָפקאָלסאָף, אָרעוו זײַן?
6
אז דער בריוונטרעגער איז א גרויסער כוצ- פּעניק, זעט מען פון זײַן האלטן זיך אין א פרעמדער שטוב. א מין דרעמלען אינמיטן העלן טאָג, א מין פאָנפען מיט דער נאָז, א מין ארויסשטעלן די װעסט!
די ערשטע העלפט װעג איז נאָכעם גע- גאנגען פּאװואָליע. דעם קורצן טראָטואר, װאָס קלעקט אים געוויינלעך אף א צען גוטע שפּאן, איז ער איצט אדורך, װי מע גייט איבער א הוידענדיק בריקל: שטעלט מען א גרעסערן, פעסטערן טראָט, איז מען ניט זיכער מיטן לעבן. אָבער װאָס געענטער צו דער שטוב, אלץ מער האָט ער זיך גענומען צוײַלן.
ארײַנגעקומען אין צימער און דערזען, אז יענער איז ניטאָ, איז דעם פארשוויצטן נאָכע- מען געװאָרן מעכײַע-קיל, פּונקט וי ער װאָלט האָבן אויסגעטרונקען א פּאַר גלעזער קאלטן גוטן קוואס.
-- עסטער, כ'וויל עסן! -- האָט ער אופ- געלייגט, מיט א גרינג געמיט א זאָג געטאָן, און טייקעף האָט זיך דערהערט א קלאפ אין טיר. נאָכעם האָט ארויסגעברומט ארײַן", און ס'איז ארײַנגעקומען דער בריונטרעגער מיט דער מינע פון א מענטשן, װאָס איז געװען פארופן צוגאסט און װאָס פילט זיך שולדיק, אלעמײַ ער האָט פארשפּעטיקט און געלאָזט אף זיך ווארטן. יויעל האָט היימיש אראָפּגץ- נומען דאָס בײַטל, פאנאנדערגעשפּיליעט די קנעפּלעך פונעם רעקל. מיט פארדראָס האָט ער באמערקט, אז זײַן שטול מיט דער לאָך איז שוין פארנומען -- עס זיצט אף אים אליין דער באלעבאָס.
-- פאראן בריוו? -- האָט עסטער גע- פרעגט בא אים.
-- מע שרײַבט, -- האָט ער האָפערדיק זיך אָפּגערופן און זיך ברייט צעשמייכלט, אקוראט װי ביז אים װאָלט נאָך קיין איין בריוונטרעגער אזוי קלוג ניט געענטפערט. עֶר איז צוגעגאנגען נעענטער צום טיש, אלײַן אונטערגערוקט א גלאָז צום טשײַניק, עסטער זאָל אים אַנגיסן טיי,
-- האַסטו געזען! -- האָט נאָכעם ניט אויסגעהאלטן, -- מע זאָל אין דער אייגענער שטוב ניט קאַנען אָפּעסן רויַק א ווארמעס!
-- װאָס ביסטו אזוי צערודערט? -- האָט עסטער ניט געקאַנט פארשטין. -- טרינקט, יויעל! -- האָט זי זיך געװענדעט צום בריוונ- טרעגער.
-- צוקער האָב איך אייגענעם, -- איז ער ארײַנגעקראַָכן מיט א האנט צו זיך אין דער הויזן-קעשענע, װוּ עס איז בא אים געװען וי אין א באקאליי-קלייטל. ער האָט אויסגע- דרונגען, אז נאָכעם איז אזוי פּלוצעם אופגע- בראכט צוליבן צוקער, װאָס מע פארשװענדט
בא אים. מיטן אייגענעם שטיקל צוקער האָט ער שוין אָבער גאָר געפילט א ביטערלעכן טאם און אױסגעזופּט די גלאָז טי נאָר אף יויצע צו זײַן, אָן שום האנאָע. דערנאָך האָט ער זיך אנטשולדיקט, װאָס ער מוז הײַנט אזוי גיך אוװעקגיין, -- ער האָט נאָך בריו אָפּצוטראָגן, -- און איז ארויס.
א װײַלע שפּעטער איז אויך ארויס נאָ- כעם. ;נא דיר אזא אָנשיקעניש, -- האָט ער, גייענדיק, געמורמלט אן אופגעבראכטער, -- דאכט זיך, א לעמעלע, נאָר מיסטאמע איז דאָס א כיטראק איינער אין דער ועלט. און װי זי האָט עס אים גלײַך גענומען אונטער אירע פליגעלעך: ,טרינקט, ייעל, טרינקט". ער, נאָכעם, האָט שוין װער וייסט ויפל צײַט ניט געהערט פון זײַן װײַב אזא זיס קאָל. נאָכן הײַנטיקן ווארמעס װעט שון יענער, פארשטייט זיך, אָנהײיבן ארײַנקומען גראָד דאן, ווען ער, נאָכעם, װעט ניט זײַן אין שטוב. דאָס איז קלאָר... זאָל ער זי עפשער אײַנאָר- דענען אף ארבעט? -- איז אים ארוף א גע- דאנק, -- דער פּארשוין װעט טרעפן א שלאָס אף דער טיר, װעט ער זיך אָפּגעװױנען."
דער געדאנק איז אים געפעלן געװאָרן. אינאָוונט האָט ער א פרעג געטאָן עסטערן, צי װאָלט זי ניט געװאָלט אָנקומען אין דער זאָקן-פאבריק, װאָס עפנט זיך. עסטער האָט פארשטאנען, פארװאָס ער האָט פּלוצעם אָנגע- הויבן ריידן װעגן ארבעט, האָט זי זיך מיט אים א ביסל גערייצט, געזאָגט, אז זי ויל, קלוימערשט, ניט לאָזן די שטוב אף העפקער. אינדערעמעסן אָבער האָט זי שוין לאנג גע- װאָלט גיין ארבעטן, און דאפקע ער, נאָכעם, האָט זי די גאנצע צײַט אָפּגערעדט.
-- גוט, איך װעל אָנקומען אף דער פאבריק, -- האָט זי מיט א געמאכטער מינע, וי זי װאָלט געגאנגען אף א גרויסן קאָרבן, ענדלעך נאָכגעגעבן.
אין עטלעכע טעג ארום איז זי אװעק אף דער ארבעט. איצט איז שיין זייער טיר געווען גאנצע טעג פארשלאָסן, און נאָכעם איז געווען רויַק. ער האָט ניט געװוסט, נאָ- כעם, אז ווען די טיר װאָלט אפילע געשטאנען בא אים אָפן-צעפּראלט, װאָלט שוין אלציינס דער בריוונטרעגער זעלטן-װען אהער ארײַנ- געקוקט. ער װאָלט ניט ארײַנגעקומען פּאַשעט דערפאר, װײַל ער האָט געהאט װיניקער פרײַע צײַט װי פריער, און װאָס א טאָג װײַ- טער, האָט ער שוין ניט געהאט אפילע א פרײַע מינוט.
די שטאָט איז געוואקסן, איינס נאָכן אנ- דערן האָבן אָנגעהויבן צוקומצן נײַע הײַזער מיט פיל צימערן אין יעדן הוז, און אלץ געפּאקטער איז געװאָרן בא יויעלן דאָס פּאָ-
טשטאָװע בײַטל. קיין אופשריפטן אף די טירן זײַנען ניטאָ, די אײַנװױנער זײַנען נײַע או איידער מע געפינט דעם אדרעסאט, דארף מען ארומלויפן איבער די שטאָקן און קלאפּן אין צען טירן. דערצו נאָך זײַנען די נומערן פאר- פּלאָנטערטע. אף איין גאס זײַנען צוויי הײַזער נומער 7, דרײַ הײַזער -- נומער 18, צויי הײַזער -- נומער 31. ייעל איז שוין אפילע געגאנגען אין שטאָט-ראט זיך אױסטײַנען, אלעמײַ קיינער פארנעמט זיך ניט מיט דער נומעראציע, האָט אים א שווארץ באָכערל, דער סעקרעטאר, געענטפערט, אז דערװײַל בוט מען און מיט די נומערן, קיין אומגליק ניט, װעט מען זיך שפּעטער פאנאנדערקלײַבן. אָבער ביז מע װעט זיך פאנאנדערקלײַבן, פאלט דער- װײַל די גאנצע לאסט אפן בריוונטרעגער. ער דארף געדענקען, אז אינעם ליימענעם שטיבל נומער אכצן, װוינט שולמאן, א סטאָליער פון וועגענער-ארטעל, אז אינעם הילצערנעם איין- שטאָקיקן הויז, װאָס האָט דעם זעלבן נומער אכצן, לעבט די לערערן מארגוליס, אז אינעם צװײשטאָקיקן הויז, װאָס איז אויך נומער אכצן האָט זיך ארײַנגעקליבן דער סטעלמאך הערש- קאָװיטש. א גליק נאָך, װאָס די אלע הײַזער זײַנען פארשיידענע, איז כאָטש פאראן א סימען.
געוויס האָט יויעל איצט זיך געפילט אזי וי אָפּגענארט. װען ער זאָל געװען זײַן א נאָװי און װויסן, אז א בריוונטרעגער װעט דאַ האָבן אינגיכן אזויפיל קאָפּדרײעניש, װאָלט ער דען אמאָל אײַנגעגאנגען אף אזא ארבעט!..
איין זאך נאָר האָט אים פארשאפט א ביסל פארגעניגן.
אנומלטן האָט ער באגעגנט עסטערן, נאָ- כעם פּרילוצקיס װײַבל, האָט יענע אים אָפּגע- שטעלט און מיט א שמייכל צו אים א זאָג געטאָן:
-- איר פארדינט א פּרעמיע. עפשער א העלפט פרויען פון אונדזער פאבריק זײַנען אָנגעקומען ארבעטן צוליב אײַך. די מענער איז עפּעס אויסגעקומען מאָדנע, װאָס איר פלעגט טרינקען אזויפיל טיי בא זייערע װײַ- בער, און זיי האָבן באשלאָסן, אז זאָלן בעסער די װײַבער ארבעטן, איידער זיצן אינדער- היים.
-- אזוי גאָר! בין איך גאָר א װערבאָוו- שטשיק אויך, -- האָט יויעל האנאָעדיק זיך צעלאכט. -- סאיז נאָר א שאָד, װאָס איצט איז שוין ניטאָ קיין צײַט, -- האָט ער צוגע- געבן, -- אניט װאָלט דאָ קיין איין װײַבל בא מיר ניט געבליבן זיצן אפן מאנס קעסט.
די לעצטע וװוערטער האָט ער שוין געזאָגט כאפּנדיק. אין א װײַלע ארום איז ער פאר- שװוּנדן, װי אין א טונעל, אין א לאנגן און טונקעלן קאָרידאָר פון א צװיײישטאָקיק הויז.
57
מע קאָן נאָך עפעס אופּמאָן
אין א סאָף זומערדיקן טאָג בין איך גע- קומען צו פאָרן אין איינעם פון די בײַ- אמורער ייִדישע קאָלװירטן. איך האָב נאָך ניט באוויזן אראָפּצושטײַגן פון דער שיף אפן ברעג, װי דער פאָרזיצער פון קאָלװירט, אוו- ראָם לעווין, ניט קיין הויכער און מאָגערלע- כער מענטש, אָנגעטאָן אין שטיוול מיט קורצע כאָלעװעס און אין אן אלט פּידזשאקל פון אן אומבאשטימטן קאָליר, האָט שוין געקוקט אף מיר מיט א בליק, װאָס האָט פּונקט װי גע- שאצט, מיט װאָס אזא פּארשוין, װוי איך, װעט דאָ קאָנען צוניץ קומען.
-- איר זײַט א קאָרעספּאָנדענט פון , בי- ראָבידזשאנער שטערן'? -- האָט ער א זאָג געטאָן, ווען ער האָט זיך דערװוּסט, ווער איך בין, -- אויב אזוי האָב איך דאָ פאר אײַך װי אָנגעמאָסטן אן עקסטרע שטיקל ארבעט. איר װעט אונדז העלפן ארויסלאָזן א וואנטצײַטונג צום טאָג פון דער גערעטעניש.
אָפּגעזאָגט די דאָזיקע װערטער, איז ער א װײַלע שפּעטער שוין געלאָפן איבערן ארי- בערגעװאָרפענעם בריקל און איז פארשוונדן אין דער שיף. צוזאמען מיט נאָך עטלעכע קאָלװירטניקעס האָט ער געהאָלפן דער שיף- קאָמאנדע אויסלאָדן דעם פראכט, װאָס איז אָנגעקומען פארן קאָלװירט: פארשיידענע טראקטאָר-טיילן, סכוירעס פארן קאָאָפּערא- טיוו.
פּונקט וי מוירע האָבנדיק, אז די שיף װעט װערן צו פּוסט, האָט מען אף איר גלײַך גענומען אָנלאָדן די זעק טוװוּע, װאָס זײַנען געלעגן אפן ברעג טײַך. אװראָם האָט יעדן טרעגער געהאָלפן ארופווארפן דעם זאק אף דער פּלײצע, בײיסמײַסע געציילט דעם וויפלטן זאק מע טראָגט שוין, און װאָס מער עס איז געוואקסן די צאָל אריבערגעטראָגענע זעק, אלץ מיט א העכערן קאָל האָט ער געציילט, אקוראט װי ער װאָלט געװאָלט, דער פאָרזי- צער, אז אלע פּאסאזשירן און די קאָמאנדע פון דער שיף זאָלן הערן, ס'ארא פײַן ביסל טװוּע דער קאַלװירט גיט אָפּ דער מעלוכע.
עס איז שוין געווען פארנאכט, די לופט -- בלוילעך-דורכזיכטיק, די סאָפּקע אף יענער זײַט טײַך האָט זיך מיט יעדער װײַלע, אזי וי אָפּגערוקט אלץ װײַטער, געװאָרן איליו- זאָרישער, די רויכלעך איבער איר -- געדיכ- טער און טונקעלער.
די שיף האָט אויסגעקערעװועט צו דער מיט פון טײַך, אָנגעהױיבן שנײַדן די אופגעשוימטע
8
כוואליעס און מיט אן אָנוואקסנדיקער גיכקײַט אלץ מער זיך דערװײַטערט פונעם ברעג. ס'האָט קיין סאך ניט געדויערט, און איבערן טײַך האָט זיך שוין בלויז געזען די שעמערירן- דיקע שײַן פון די אָנגעצונדענע עלעקטרישע לאָמפּן אף דער שיף -- זיי האָבן געליכטן אין דער ארומיקער בלױקײַט, װי קינדערשע העלפארביקע לופט-באלאַנען.
צוזאמען מיטן פאָרזיצער פון קאַלװירט אװוראָם לעווין בין איך אוועק אין ייִשעוו. נאָך די פארבראכטע צוויי מעסלעס אף דער שיף האָב איך איצט עמעס האנאָע געהאט פונעם גיין צופוס. לויט דער קילקײַט און דער פײַכט- קײַט פון דער ערד איז געװען צו זען, אז באטאָג איז דורך א רעגן. סאיז געוען אָוונטיק-פריש, פארשאָטנט האָבן ארויסגע- קוקט פון אהינטער די גערטנער-פּלױטן גרוי- סע געלע קעפּ פון זונרויזן.
ווען מיר זײַנען אָפּגעגאנגען א טריט הונ- דערט פונעם ברעג, איז אונדז אָנגעקומען אנטקעגן א רײַטער -- א כעוורעמאן פון א יאָר פופצן, מיט א שטרויענעם הוט אפן קאָפּ, אין דער האנט האָט ער געהאלטן א דין צװײַגל און מיט דעם וויליונגעריש געפאַכעט. דערזען אונדז, האָט ער צוגעלייגט דעם קאָפּ זײַנעם צום קאָפּ פונעם פערד און א אאָג געטאָן גיכער, װעלנדיק װײַון, אז ער איז בעעמעס טאקע אפן פערד.
א װײַלע שפּעטער האָבן מיר באגעגנט אן עלטערן קאַלװירטניק, װאָס האָט געטריבן א טשערעדע בעהיימעס. די בעהיימעס האָבן זיך גערוקט מיט א שװערן און פוילבלעכן טראָט, אלע װײַלע זיך פארקוקט מיט די גרוי- סע ווארעמע איגן זייערע אין די זײַטן, פּונקט װי היטנדיק זיך, אז עמעצער א פרעמ- דער זאָל בא זיי ניט אויסכאפּן די פולע אײַטערס מילך. יעדן מענטשן, װעמען מיר האָבן באגעגנט, האָט אווראָם געמוזט אָפּשטעלן און אים עפּעס פרעגן. איבערפרעגן, און דער סאָף איז געװוען, אז קימאט פאר אלעמען האָט ער באלד אפן אָרט אָפּגעזוכט אן עקסטרע שטיקל ארבעט.
-- מע קאָן נאָך עפּעס אופּטאָן, -- האָט ער דערבײַ צוגעגעבן, -- סאיז נאָך גאָר ליכ- טיק אין דרויסן.
דעם זעלבן אָװנט האָבן מיר געהאט א זיצונג פון דער רעדקאָלעגיע און זיך צונויפ- - גערעדט, אז די בריגאדירן און די רינגלער ועלן נאָך הײַנט אין אַװנט אָנשרײַבן נאַ-
ִ
טיצן. דער רעדאקטאָר פון דער וואנטצײַטונג, דער בריגאדיר פון דער פעלד-בריגאדע יאנקל רייצין, האָט זיך געװענדט צו אװראָמען, ער זאָל אין א גרעסערן ארטיקל פארסאכאקלען די גאנצע ארבעט פונעם קאָלװירט. דער ארטיקל מעג אפילע זײַן אָנגעשריבן אין א דערהויבע- נעם טאָן, װײַל די דערפאָלגן זײַנען גאנץ גרויסע. קלאָר, אז מע טאָר בײיסמײַסע ניט פארגעסן אָנװײַזן אף די פעלערן.
-- געפונען, ער סזאָל שרײַבן אין א געהויבענעם טאָן, -- האָט איראָניש א שמייכל געטאָן דער מיטגליד פון רעדקאָלעגיע, כעזשבנפירער יעכיִעל ריבײַזן, -- איך ארבעט שוין אין קאָלװירט, באָרעכאשעם, וויפל אאָר, און נאָך קיין איין מאָל ניט געהערט פון דעם כאווער לעווין כאָטשבי איין דערהויבן װאָרט.
-- כ'בין א װאָכעדיקער מענטש, -- האָט אװוראָם זיך אָפּגערופן, -- קיין יאָמטעװדיקע דראָשעס קען איך ניט האלטן, און װעגן שרײַבן איז אָפּגערעדט. אָבער כוועל פן- דעסטוועגן זען, -- האָט ער נאָך א װײַלע שװײַגן צוגעגעבן. -- מע קאָן עפּעס אופּטאָן,
אף מאָרגן האָט די רעדאקציע זיך גענומען צו דער ארבעט. פריִער פון אלץ האָט מען אויסגעליידיקט דאָס נאָטיצן-קעסטל, װאָס איז געהאנגען בא דער טיר פון דער קאַלװירט- פּארוואלטונג. דאָרט זײַנען געלעגן עטלעכע נאָטיצן. עס האָט זיך געפונען אויך א לידל:
כ'בין געקומען דאָ צו פאָרן. בײַדל -- ערשטע היים,
פאר מײַנע אויגן אלץ געװאָרן, כ'קען דאָ יעדן שטיין.
הײַנט איז יאָנטעװ, נאַכן זומער, די גערעטעניש -- גרויס,
איעדע גאס סע האָט א נאָמען, יעדער מענטש --- א הויז.
די אכט שורעלעך זײַנען געװוען אַנגע- שריבן אף א פערטעלע פֹּאפּיר, ארויסגעריסן פון א שילערישער העפט. די פאמיליע פונעם מעכאבער איז ניט געווען.
-- װער איז בא אײַך אין קאָלװירט דער פּאָעט? -- האָב איך געפרעגט באם כעזשבן- פירער, װאָס איז געזעסן לעבן מיר.
-- אייסעך װאָס, געוויס האָט עס גע- שריבן א שילער פון דער שול. -- ער האָט א קראץ געטאָן מיטן הענטל-פּען די האָר לעבן שלייף. --- וער פון די דערוואקסענע האָט צײַט זיך צו פארנעמען מיט שירים? בא אונדז איז דער פאָרזיצער טאקע א גוטער באלעבאָס, אָבער זייער א שטרענגער. ער אליין רוט ניט און לאָזט אנדערע ניט רוען. -- ,מע קאָן נאָך
עפּעס אופטאָן" -- איין טײַנע, מער הערט מען פון אים ניט.
אזוי האָב איך זיך טאקע ניט דערװוּסט דעם נאָמען פון דעם אװטאָר פונעם לידל און אָן אן אונטערשריפט איז עס ארײַן אין דער וואנטצײַטונג.
פארנאכט-צו האָט מען זיך אָנגעהויבן צונויפקומען אין דער געבײַדע פון דער פאר- וואלטונג. עס איז דאָ גלײַך געװאָרן א היפּ- שער טומל, אָבער די לופט איז, דאכט זיך, געװאָרן אפילע פרישער, -- יעדערער האָט גע- בראכט מיט זיך דעם רייעך פון פעלד. די צײַטונג האָט שוין געהאלטן בא ארויס פון דרוק", זי איז געלעגן אױסגעשפּרײט אפן טיש, און דער אוילעם האָט אין איר נײַגעריק ארײַנגעקוקט.
אינגיכן איז אויך ארײַנגעקומען אװראָם, ער האָט זיך דורכגעשטופּט נעענטער צו מיר און א זאָג געטאָן מיט א פארדראָס:
-- נאָך אלץ ניט ארויסגעלאָזט?
-- איר האָט נאָך טײַנעס, -- האָט זיך דער כעזשבנפירער אָפּגערופן.-- װוּ איז אײַער ארטיקל? אניט האָב איך ניט געװוּסט, אז איר װעט אים ניט אָנשרײַבן!
-- איך האָב זיך נאָר אנידערגעזעצט שרײַבן, -- האָט דער פאָרזיצער זיך פארענט- פערט, -- דארף אקוראט פארבײַ מײַן פענצ- טער דורכפאָרן מאָטקע געלער מיט א האלבן װאָגן היי. האָב איך אים ניט געדארפט אומ- קערן? אז ער פירט שוין און טרײַבט דאָס פערד, איז זאָל ער פירן א פולן װאָגן! דער- נאָך האָב איך געמוזט לויפן צו דער קימ- פּעטאָרן, צו רייזעלען. איר האָט נאָך קיינער ניט געזען, סארא קינד זי האָט געבוירן! -- האָט ער זיך שוין געװענדעט צו אלעמען, -- עס וועגט קיין אײַנהאָרע עלף מיט א האלבן פונט!
ער איז אנשוויגן געװאָרן און זיך צוגע- רוקט הארט צו מיר.
-- דערפאר האָב איך כאָטש אָנגעשריבן דאָס לידל, -- האָט ער א שעפּטשע געטאָן מיר אפן אויער, איך איינער זאָל הערן, -- אף דעם דארף מען קײן צײַט ניט.. איך לויף ארום, באָמבלען זיך מיר אייניקע מאָל ווערטער מיט ניגונים אין קאָפּ... האָב איך הײַנט באדערנאכט זיך אופגעכאפּט פון שלאָף און פארשריבן עטלעכע שורעס אפן פּאפּיר.. אז מע ויל נאָר, קאָן מען שטענדיק עפּעס אופּטאָן, -- האָט ער שוין מיט א העכערן קאָל פארענדיקט.
59
א פינגער האָט אָנגעריסן
אין אלע פיר געסלעך פונעם ייִשעוו פילט זיך שוין דער הארבסט. פון די גערטנער טראָגט מיט פרישקײַט פון צײַטיק געװאָרענעם גאָרטנווארג: קרויט, קירבעס, קארטאָפל.
מיכל האלפּערין, אן איבערוואנדערער פון וויניצע, א מענטש, װאָס האָט געטײַנעט, אז אויב ער װעט פונדאנען אװעקפאָרן, איז נאָר דערפאר, װײַל מע זעט דאָ ניט קיין פרוכטן, טראָגט זיך איצט ארום איבערן יַשעוו מיט א הויפן ראָזיבלויע הארטלעכע פלוימען. דאָס האָט ער זיי אױיסגעכאָװעט אף דער ביראָביד- זשאנער ערד. ער באװײַזט זיי יעדערן, און די מער נאַענטע באקאנטע גיט ער צו אין פלוים פארזוכן. כײַקע דער מעלקערן גיט ער פארזוכן צוויי פלוימען. ער קומט צו צו איר מיט די פלוימען, בייס זי איז באשעפטיקט אפן גאָרטן. ער ציט אויס די האנט זײַנע אריבערן פּלױט און קלײַבט פאר איר אויס די שענסטע צוויי פּיירעס. כײַקע גלײַכט אויס דעם רוקן, פאריכט דאָס קאָפטל; די האָר, װאָס זײַנען אריבערגעפאלן איבער די אויגן, פארנעמט זי אונטערן טיכל. זי בעט מיכלען ארײַנגײן צִו איר אין שטוב. װוי זי איז איצט ניט פארנומען אפן גאָרטן, נאָר פונזײַנטװעגן װעט זי געפינען א פּאָר פרײַע מינוט, דערהויפּט נאָך, אז זי האָט טאקע וװעגן װאָס מיט אים זיך אן אייצע צו האלטן. זאָל ער איר העלפן אויסמארקירן די קלאדאָווקע אזוי, אז עס זאָלן זיך דאָרטן אויסלייגן אלע פּראָדוקטן, וועלכע זי האָט באקומען פאר איר ארבעט אין קאָלװירט. די קלאדאָווקע איז א קליינע, און פּראָדוקטן איז, קיין אײינהאָרע ניט װינציק, און מע דארף זען, אז דער האָניק זאָל זיך ניט מישן מיטן מעל, אז די קעפּלעך קרויט זאָלן ליגן אָפּגערוקט פון דער פײַכטלעכער וואנט און אז פאר די ציבל זאָל זײַן אָרט אראָפּצוהענגען פון דער סטעליע.
אויסגעהערט מיכל האלפּערינס אייצעס, װוּ און װאָס איז בעסער צו לייגן און זיך אנט- שולדיקט פאר דער קאָפּדרײעניש, װאָס זי האָט אים פארשאפט, פירט זי אים ארײַן אין איר צימער. זי איז א בעריע, כײַקע, און מיכל באמערקט אפילע ניט, װי פאר איין מינוט ראמט זי צו, אפן טיש װערט א ריינער טיש- טעך, די קישנס וװערן אופגעשלאָגן, דערגרייכן קימאט ביז צו דער סטעליע.
זי זעצט אים אװועק באם טיש, און אליין זעצט זי זיך אנטקעגן אים. ביידע ריידן זי וועגן פארשיידענע קלײניקײַטן, נאָר דעריקער דרייט זיך דער געשפּרעך ארום דעם, אז א
00
מענטשן איינעם אליין איז שווער צו לעבן אף דער וועלט.
-- אוואדע זײַט איר גערעכט, -- זאָגט מיכל. -- אמאָל, אז סאיז קיין באלעבאטיש- קײַט ניט געווען, האָט ניט אויסגעמאכט, אז מע איז אליין. עס איז נאָך עפשער געװען א מײַלע. הײַנט אָבער, אז מע איז אליין, איז זייער ביטער. מע ארבעט, מע פארדינט, נאָר אז מע איז איין מענטש, האָט מען דען פון דעם האנאָע?..
בײסמײַסע כאפּט יעדערער פון זיי גנייוויש א קוק אין שפּיגל, װאָס שטייט אפן טיש. מע איז שוין ניט גאָר יונג, אוואדע איז מען שוין ניט גאָר יונג, נאָר װער לייקנט דען די יאָרן?..
-- סאיז קיינמאָל ניט שפּעט, -- רעדט מיכל װי פאר זיך. א זײַטיקער װאָלט געקאָנט מיינען, אז דאָס רעדט ער גלאט אין דער וועלט ארײַן, אָבער ער, מיכל, און זי, כײַקע, ווייסן זייער גוט, װוּהין די דאָזיקע װערטער צילן. -- ס'איז קיינמאָל ניט שפּעט, -- כאזערט ער איבער, -- און אַנגענומען זיך מיט מוט, דערזאָגט ער שוין גאָר אָפן, װאָס ער מיינט: -- אבי מע ויל נאָר און סאיז א זיוועג, א פּאָר, קאָן מען אָפּשפּילן א כאסענע, אז פון צען קאָלװירטן ארום זאָל מען זיך צונויפאָרן!
כײַקע צעלאכט זיך און טוט אים פריילעך א שטופּ מיט דער האנט אין זײַן עלנבויגן.
-- גייט שוין, גייט, --- זאָגט זי און ווערט מיטאמאָל ערנסט. -- איך זאָל נאָר וויסן, װאָס עס מאכט מײַן מאמע, אז זי איז געזנט. ווער ווייסט, װאָס מיט איר האָט פּאסירט..
און זי דערציילט מיכלען וועגן איר מאמען, װאָס שרײַבט איר די גאנצע צײַט אקוראט בריוו, ביפראט פּייסעך און ראָשעשאָנע פאר- געסט ניט די מאמע ארײַנצושיקן א לאנגן בריוו פונדערהיים. און דאָס מאָל איז שין טיפער הארבסט, ראָשעשאָנע איז שוין לאנג דורך, און קיין בריוו איז ניטאָ. װאָס זשע קאָן דאָס באטײַטן? צי האָט ניט געטראָפן, כאסװעכאָלילע, אן אומגליק? כײַקע שטארקט זיך. מיכל איז נאָך פונדעסטוועגן פאר איר א פרעמדער מענטש, און זי וויל ניט, ער זאָל זען טרערן אין אירע אויגן. נאָר זי האלט זיך ניט אײַן, און אף די אויגן באװײַזן זיך צוויי גרויסע טראָפּנס, דערנאָך קײַקלען זיך שוין טרערן אָן צאָל... מיכל טרייסט זי, נאָר ניט אזוי גיך העלפט עס, און אים אליין הייבט . אויך אָן נאָגן דאָס הארץ.
-- מע גיט פיש אף די טרודאָדניעס, -- פּרוװוט ער אָפּװענדן אירע געדאנקען ועגן
דער מאמען, -- א האלבע קילאָ אף א טרודאָ- דיטן,
כײַקע ענטפערט ניט. איצט ויל זי ועגן דעם ניט קלערן. און כאָטש דער געוויין איז שוין א ביסל איבערגעשלאָגן, זײַנען נאָך אָבער די אויגן פארטרערט.
מיכל גייט פון איר אװועק מיט א פאר- דראָס. עס האלט שוין, דאכט זיך, אף א דע- רעך, איז נא דיר גאָר א מאמע, װאָס האָט אופגעהערט צו שרײַבן בריוו, און בא כײַקען איז שװוער אפן הארצן, זי איז ניט אופגע- לייגט צו קיינע סימכעס.
מיכל ווארט שוין איצט אף א בריוו פון כײַקעס מאמע, פּונקט מיט אזא אומגעדולד וי כײַקע אליין. ,עס זאָל שוין נעמען א סאָף,-- טראכט ער, -- עפשער װעל איך גאָר דארפן צונויפשיטן אירע מעל מיט מײַנע, דארף מען דאָך שוין נעמען זאָרגן װעגן אן אָרט, אָדער אָט פארקויפט מען גראָד אין קאָאָפּעראטיו װײַבערשע קליידלעך, איז עפשער װעט גאָר א קליידל אויך צוניץ קומען".
אלע טאָג, װען כײַקע לויפט ארײַן אף דער פּאָטשט, איז איידער זי באװײַזט נאָך פרעגן, ענטפערט איר שוין דאָס מיידל, װאָס זיצט בא די בריוו:
-- מע האָט זיך שוין דאָ הײַנט נאָכ- געפרעגט וװועגן א בריוו פאר אײַך.
-- װער איז דאָס? -- גיט זי א פרעג.
-- מיכל האלפּערין.
און מיכל ברענגט טאקע סאָפקאָלסאָף פאר כײַקען דעם לאנג געגארטן בריוו. עס דוכט, ער האָט אים אראָפּגעבראכט, װי דורך א קי- שעף. ער האָט אליין אָפּגענומען דעם בריוו אף דער פּאָטשט און געבראכט כײַקען, וי די שענסטע מאטאָנע. א שײַנענדיקער, מיטן קאָנ- װערט אין דער האנט, האָט עֹר אװעקגע- שפּאנט גלײַך צו כײַקען אף דער מילך- פערמע. עס איז געװען אָװנט, און זי האָט
גראָד געמאָלקן די בעהיימעס. מיכל האָט איר דערלאנגט דעם בריוו און איז געבליבן א פארגליווערטער שטיין -- ער האָט שוין גע- װאָלט זען, װאָס פאר א בסורע דער דאָזיקער בריוו האָט געבראכט. אויב, כאָלילע, א טרויע- ריקע, איז מיכלס מאזל װערט א ציבעלע. די כאסענע ווערט דאָן אָפּגעלײגט, װער ווייסט אף וויפל צײַט.
אָבער כײַקע לייענט ניט דעם בריוו גלײַך אף דער פערמע, זי פארענדיקט אויסמעלקן די בעהיימעס און לויפט אוועק אהיים. פאָר- זיכטיק, ניט אײַנצורײַסן די פארשריבענע ביי- געלעך, רײַסט זי אוף בא זיך אין צימער דעם קאָנװערט.
,ליבע טאָכטער, -- נעמט זי לייענען, -- כ'פארשפּעטיק אזוי מיטן בריוו, װײַל ס'האָט מיר, ניט פאר דיר געדאכט, געריסן א פינגער אף דער רעכטער האנט, און אז אנדערע זאָלן שרײַבן פאר מיר, האָב איך פײַנט, און דו װאָלסט זיך נאָך, כאָלילע, איבערשרעקן אויך, וען דו זאָלסט ניט דערזען דער מא- מעס האנט.,"
-- אַ! -- האָט מיכל א ברום געטאָן, ווען כײַקע האָט אים דערציילט, פארװאָס די מאמע האָט ניט געשריבן, -- א פינגער האָט גע- ריסן! כ'װאָלט איר אָפּגעגעבן א גאנצע האנט, אבי זי זאָל אזוי ניט האָבן ארויסגעצויגן פון מיר די אצאָמעס מיטן ווארטן...
כײַקע האָט אף אים א קוק געטאָן:
ער איז איצט געווען שענער װי שטענדיק. ער איז געשטאנען אנטקעגן איר -- א קרעפ- טיקער הויכער יונג מיט א ליכטיק פּאַנעם און אויגן, פון װעלכע עס האָט ארויסגע- שטראלט עמעסע ליבע.
-- מיכל! -- האָט זי א זאָג געטאַן, פילן- דיק א פארגעניגן שוין נאָר פון אָנרופן זײַן נאָמען, -- מיכל, כװועל אָנשרײַבן דער מא- מען, זי זאָל אונדז ווינטשן גליק!
אן אָררער אף א צימער
דער מוליער ארקע ספּיוואק און די ניי- טערקע פאניע (פייגעלע) מיכלינע פירן צװוישן זיר א ליבע.
זומער פארקריכט דאָס פּאָרל אינעם טונקלסטן װוינקל פון פּארק, אָדער מע לאָזט זיך גיין מיטן ברעג טײַך, װײַט אויסער דער שטאָט, אזש צום אעראָדראָם. נאָך יעדן פערטל שאָ גאנג זעצט מען זיך אף א האלבער שאַ רוען, מע ווארפט שטיינדלעך אין טײַך און מע קוקט אף די קרײַזן, װאָס צעלויפן זיך
איבערן וואסער. די פליגעלעך און די קאָמארן לאָזן בײיסמײַסע ניט צו רו,
-- זיי פארצוקערן דיך, -- זאָגט ארקע צו פייגעלען, און אראָפּטרײַבנדיק א קאָמארל, פארהאלט ער אף איר פּלײצע זײַן גרויסע פארברוינטע האנט. טוט א קאָמארל פייגעלען א ביס אין באק, פארהיילט ער עס מיט א קוש. ער שװערט דערבײַ, אז דאָס אָרט, װאָס ער האָט א קוש געטאָן, װעט שוין קיינמאָל מער ניט װוערן אײַנגעביסן.
81
ווינטער גייט מען אין קינאָיטעאטער. דאָס פּאָרל ווארט מיט אומגעדולד אף א נײַעם פילם, און אוב קיין נײַער איז ניטאָ, גייט מען אף אן אלטן, װאָס מע האָט שוין געזען.
איינמאָל אין װאָך, אינעם אָפּרו-טאָג קומט ער צו איר צוגאסט -- זי װוינט אין דער צוזא- מענװווינונג פון דער נײ-פאבריק. דערנאָך ענטפערט זי אים אַָפּ מיט א װיזיט אין זײַן צוזאמענוווינונג. יעדעס מאָל, װען זי געזע- גענען זיך, זאָגט זי צו אים שטיל:
-- ווען װעלן מיר שוין האָבן אן אייגן ווינקעלע?
ארקע גייט פון איר אװעק א ביסל אן אָנגעבלאַזענער. עס קומט אויס, װי זי װאָלט אים אופגעװאָרפן, אלעמײַ אנדערע קריגן צי- מערן, גלײַך נאָר װי מע קריכט ארויס פון וואגאָן, און ער װוינט שוין דאָ א גאנץ יאָר און האָט בלויז א בעטל אין צוזאמענװווינונג. זי פארגעסט, אז צימערן גיט מען, צום אלעמ- ערשטן, פאמיליען-מענטשן. אָט װיל ער, ארקע, איצט כאסענע האָבן, װעט מען אים אויך געבן א צימער. דער פּראָראב קיסליצקי, װאָס פירט אָן מיט דער בויונג פונעם הז אף דער לענין-גאס, האָט אים נאָך מיט א צײַט צוריק פארזיכערט: , לאָמיר שוין זען, דו זאָלסט כאסענע האָבן, א צימער װעל איך שוין וװוי-עס-איז געפינען פונדײַנטװועגן". ער האלט פון אים, דער פּראָראב. די אויוונס, װאָס ארקע מאכט, רייכערן ניט. די הרובעס װערן גיך הייס, און אין די דוכאָװוקעס קאָן מען צוברוינען דעם בעסטן צימעס און אויסבאקן דאָס שענסטע געבעקס. ,איך זאָל האָבן כאָטש- בי איין צענדליק אזוינע באלמעלאַכעס װי ארקע ספּיוואק, -- האָט קיסליצקי געזאָגט אף א פאראנטװאָרטלעכער זיצונג אין שטאָט- ראט, -- װאָלטן באָטל געװאָרן אכציק פּראַ- צענט קלאָלעס, װאָס די ביראָבידזשאנער װײַ- בער שיטן אויס יעדן טאָג אף מײַן קאָפּי.
פאָריקע װאָך איז אף דער בויונג געווען דער דירעקטאָר פון דער בוי-קאָנטאָר און דער פארוואלטער פונעם קאָמונאלן אָפּטײל פון שטאָט-ראט. װען זיי זײַנען ארײַן אינעם צי- מער, װוּ ארקע האָט געשטעלט אן אויוון, האָט קיסליצקי א זאָג געטאָן:
-- א צימער װעלן מיר געבן אָט דעם יונג, ער פארפונדעװעט זיך אין ביראָביד- זשאן, ער האָט כאסענע.
ארקע איז בײסמײַסע רויט געװאָרן וי דער ציגל, וועלכן ער האָט געהאלטן אין דער האנט.
-- סזײַנען שוין פארבראָנירט אלע די- רעס! -- האָט אױסגעשריִען דער פארוואלטער פונעם קאָמונאלן אָפּטײל און ארויסגעכאפּט פונעם פּאָרטפעל א פּאק מיט צעטלען. דער
62
דירעקטאָר האָט אָבער אף די צעטלען אפילע א קוק ניט געטאָן.
--- מיר גלייבן אײַך, אז איר האָט גענוג באלאָנים, -- האָט ער זיך אָנגערופן צו אים, -- אָבער די בױ-קאָנטאָר נעמט 10 פּראָצענט ווייזדשעטעך פאר אירע ארבעטער. אזא איז דער געזעץ.
ארקע האלט דערװײַל בעסאָד, אז ער באקומט א צימער. ער האָט שוין אפילע אָנ- געקוקט די קומענדיקע וװוינונג זײַנע. ס'געפינט זיך אפן צװוייטן שטאָק, אין עק קאָרידאָר. אין איין שיינעם טאָג װעט ער אָנקלינגען אין טעלעפאָן אף דער ניי-פאבריק און װעט בעטן, מע זאָל צורופן פאניע מיכלינע, ער דארף זי עקסטרע האָבן. און דאן, ווען ער װעט דער- הערן איר שטים, װעט ער צו איר זאָגן: לאָמיר זיך הײַנט טרעפן". /װוּ? -- װעט זי פרעגן, -- וװידער לעבן קינאָ-טעאטער?" ,ניין, -- װעט ער, קלוימערשט, מיט א גלײַכ- גילטיקן קאָל ענטפערן, -- הײַנט איז א גרוי- סער פראָסט, און סאיז באקוועמער זיך צו טרעפן אין א הױיז. אין א װעלכן הוז? אינעם צוויי-שטאָקיקן, נומער 36, אף דער לענין-גאס, צימער נומער 15. די הרובע הייצט זיך, און סאיז ווארעם, א מעכײַע".
אינגיכן איז דאָס הויז פארטיק געװאָרן. מע האָט שוין דאָרט געוואשן די פענצטער, גערייניקט דעם פּלאץ ארום הויז, און עטװאָס װײַטער האָט מען שוין געצאמט פּלאץ פאר א נײַער בויונג.
-- גיי אין וװוינונגס-אָפּטײל און באקום דעם אָרדער אפן צימער, ער ליגט שוין דאָרטן פאר דיר אן אויסגעשריבענער, -- האָט אין איינעם א טאָג דער פּראָראב קיסליצקי, װאָס האָט זיך נאָרװאָס געהאט אומגעקערט פון שטאָט-ראט, געזאָגט צו ארקען.
ארקע האָט אראָפּגענומען דעם פארטעך, לאנג געוואשן די הענט און דאָס פּאָנעם, קעדיי צו זײַן זויבער-ריין, און איז א שײַנעג- דיקער אוועק באקומען דעם אָרדער.
דעם גאנצן װועג האָט אים דײַטלעך גע- קלונגען אין די אויערן דער פאָרשטייענדיקער טעלעפאָן- געשפּרעך מיט פאניען:
;װאָס עפּעס אינעם הויז נומער זעקס און דרײַסיק און צימער נומער פופצן, -- װעט זי שרײַען אין טרײַבל, -- האָסט דאָרט באקאנ- טע?" דײַן דײַגע!-- װעט ער צריק שרײַען, -- קום, װעסטו זען, עס װעט דיר געפעלן װערן..."
אינעם װוינונגס-אָפּטײל איז געווען טומל- דיק. ארקע האָט דערהערט א דונדערדיקע שטים, װאָס איז, קענטיק, געװוען געװענדעט צום פארוואלטער פונעם אָפּטײל:
45*
-- איר װעט מיר צעטרײַבן די בעסטע ארבעטער! איך דארף שטיין און קליאנטשען א צימערל פארן בעסטן מענטשן פון אונדזער אונטערנעמונג? א מענטש, װאָס גיט 220 פּראָצענט פונעם פּלאן און װאָס װעט אינגיכן האָבן אן אָרדען! העכסטע קוואליטעט פון דער פּראָדוקציע! א מוסטער פאר אלע ארבעטער אין שטאָט!
-- שאט, ווייסט איר װאַס? טוט א בעט בא אָט דעם יאט, -- האָט דער פארוואלטער אָנגעװיזן אף ארקען, װאָס איז נאָרװאָס ארי- בערגעטראָטן די שװעל פון צימער, -- בא מיר איז געבליבן אף דער האנט נאָר אין אָרדער -- זײַנער. עפשער װעט ער אײַנשטי מען צוווארטן א כוידעש-צוויי און ער װעט אײַך אים אָפּגעבן.
ארקע האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אף ,ניין". ער װעט בעשום-אויפן דעם אָרדער ניט אָפּגעבן, ער איז נאָך ניט אזא נאר!
-- איר מוזט עס טאָן -- האָט זיך אף אים ארופגעלאָזט דער פּארשוין מיט דער דונערדיקער שטים, -- איר האָט דאָך דער- װײַל, מיסטאמע, װוּ צו װוינען, איז ווארט אויס א ביסל. אוב איר װעט מיר ניט גײין אנטקעגן, פארטרײַבט איר פון מײַן אונטערנע- מונג דעם בעסטן מענטשן! אין צוויי, מאקסי- מום אין דרײַ כאדאָשים ארום גאראנטיר איך אײַך א צימער, א פּאלאץ. אונדזער אונטער- נעמונג בויט א פּרעכטיק הויז!
בלאס און געפאלן בא זיך איז ארקע ארויס פונעם װוינונגס-אָפּטײל. ער איז געווען
אינגאנצן א נאסער. יענער, עפּעס א וילדע אָנשיקעניש, א קליפּע, האָט אים ניט אָפּגעלאַזן, ביז ער האָט אים ניט אָפּגעגעבן דעם אָרדער. ארקע האָט אפילע פארגעסן צו פרעגן, פון וועלכער אונטערנעמונג ער איז, אָט דער נע- פעש, װאָס קען אזוי ארױיסציען פון יענעם די אצאָמעס.
א פארכמורעטער האָט ארקע זיך אומגע- קערט צוריק אף דער בויונג, אָנגעטאָן דעם פארטעך און זיך גענומען צו דער ארבעט. ער האָט נאָך געדארפט א ביסל פארענדיקן דעם אויוון אין , זײַן" צימער.
אָװונט-צו, אָפּגעפארטיקט זיך מיט דער גאנצער ארבעט, האָט ער לאנגזאם גענומען אראָפּגײן איבער די פריש-אָפּגעהובלטע טרעפּ. ,וארט איצט נאָך ויפל כאדאָשים, -- האָט ער געטראכט, -- א בעהיימע בין איך, קיינער װאָלט אף מײַן אָרט אזא נארישקײַט ניט געטאָן.
װען ער איז שין געװען אפן לעצטן טרעפּל, איז אים פּלוצעם אָנגעקומען אנטקעגן פאניע.
-- קום! -- האָט זי אים ראשיק אַנגע- כאפּט פאר דער האנט, -- דער דירעקטאָר פון אונדזער ניי-פאבריק איז טאקע א װאָרט- מענטש. ער האָט מיר צוגעזאָגט, אז צו מײַן כאסענע קריגט ער מיר א צימער, און ער האָט געקראָגן. קום, װעסט מיר װײַזן דעם צימער נומער פופצן אפן צווייטן שטאָק. איך האָב אף אים אן אָרדער!
דאָס מאול שפּילט
דער פאָרזיצער פונעם ייַשעוו-ראט יאקאָוו מאזור, א זעקס-און-צוואנציק-יאָריקער באַ- כער האָט געהאט א גרויסן פארדראָס אף ביבליאָטעקערס. פאר די עטלעכע אאָר, װאָס דער יִַשעװ עקזיסטירט, זײַנען זיי שוין דאַ איבערגעווען אוואדע א טוץ, און אָט הײַנט מוז ער באנײַס אף א גאנצן טאָג פארלאָזן די ארבעט און פאָרן אײַנטײַנען אינעם קול- טור-אָפּטײל, מע זאָל שיקן א נײַעם ביבליאַ- טעקער,
פאָרנדיק, האָט יאקאָוו אָפּגעלאָזט די ליי- צעס, און דאָס פערד איז געלאָפן איבערן וועג, װאָס האָט זיך געצויגן לענגויס א װעלדל. אפילע בא א שיידוועג האָט דאָס פערד אויך ניט געדארפט די לייצעס, עס האָט שױן אליין אויסגעצייכנט געװוּסט דעם מארשרוט צום ראיויספירקאָם,
יאקאָוו האָט געהאלטן פארמאכט די אויגן און, װי ארויסגערופן דורך א קישעף, האָט ער געדאנקלעך געזען דאָס מיידל ליזץ-- איינע פון די פיל ביבליאָטעקערנס, װאָס האָבן געארבעט אין ייִשעוו.
דאן איז נאָך ארום-און-ארום געווען פּוסט און װיסט. אינאָװנט איז ניט געווען װוּ זיך אהינצוטאָן, און פון די טשאדענדיקע גאז- לעמפּלעך האָט פרי געניגט צום שלאָף, א זייגער נײַן פלעגט שוין אין די שטיבער וװערן פינצטער און שטיל. נאָר אין די צוויי פענצ- טער פונעם לייען-שטיבל האָט נאָך לאנג גע- ברענט דער גרויסער לאָמפּ, װאָס איז אראָפּ- געהאנגען פון דער סטעליע אף א גראָבן אײַזערנעם <